מכתב יומי
כא סיון תשע"ט
June 24 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן ווען דו זעסט ווי עס גייט אריבער טעג און וואכן און עס ריקט זיך גארנישט פאראויס.
מיר געפונען אז משה רבינו האט געזאגט פאר די מרגלים זיי זאלן ברענגען פון די פירות פון ארץ ישראל, פרעגט מוהרא"ש פארוואס האבן יהושע בן נון און כלב נישט געטון וואס משה רבינו האט געהייסן און נישט געברענגט פון די פרוכט? ענטפערט מוהרא"ש אז משה רבינו האט זיי געזאגט (במדבר יג, כ): "וְהִתְחַזַּקְתֶּם וּלְקַחְתֶּם מִפְּרִי הָאָרֶץ", איר זאלט זיך שטארקן און נעמען פון די פרוכט פון לאנד, זיי האבן יא געפאלגט דורך דעם וואס זיי האבן גענומען דעם "וְהִתְחַזַּקְתֶּם", זיי האבן זיך מחזק געווען נישט נאכצוגיין די לשון הרע'ס וואס די מרגלים האבן גערעדט.
"דראפע זיך און דערהאלט זיך"; די ווערטער האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן אין חלום. פאר זיין התקרבות צום רבי'ן איז רבי נתן געווען ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו וואו ער איז געווען א חלק פון די חבריא, יעדע וואך מוצאי שבת פלעגט די חבריא מאכן א מלוה מלכה און יעדע וואך האט א צווייטער געדארפט איינרישן דעם סעודה, איין מוצאי שבת ווען רבי נתן איז געווען אויפן וועג צו קויפן בייגלעך איז ער זייער צעבראכן געווארן, ער האט געטראכט צו זיך: 'וואו בין איך אויף דער וועלט? פארוואס בין איך באשאפן געווארן - צו קויפן בייגלעך? דאס איז וואס איך דארף טון אויף דער וועלט?!' און פון גרויס צעבראכנקייט איז ער אריין אין א שול און געוויינט צום אייבערשטן, אינמיטן וויינען איז ער איינגעשלאפן און זיך גע'חלומ'ט ווי ער וויל ארויפקריכן אויף א לייטער אבער ער האלט אין איין פאלן, און אויבן אויפן לייטער שטייט איינער און שרייט: "דראפע זיך און דערהאלט זיך!" שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער זיך דערמאנט פונעם חלום, אז דער פנים האט ער געזען אין חלום.
איך שיק דיר א בילד פונעם בנין אין אומאן, אויך וועסטו זען א בילד פון דעם נייעם מיידל קעמפ.
ווער האט דאס געקענט אויסטראכטן אז מיר וועלן שוין האבן אין א קורצע צייט צוויי קעמפס, א בחורים קעמפ און א מיידל קעמפ וואו אונזערע קינדער וועלן נתחנך ווערן בקדושה ובטהרה...
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.