מכתב יומי

כב סיון תשפ"ב

June 21 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הויבן מיר אן דעם יערליכן קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות; איך פערזענליך ליג אין חובות, איך בארג און בארג געלט נאר פאר די מוסד.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב געטראפן מוהרא"ש און זיך געלערנט נישט צו בארגן קיין געלט, און איך האף אז דו האסט דאס אויך געלערנט ביי מיר; איך בארג אבער יא געלט פאר די מוסד, און איך קוק זייער ארויס אז יעדער איינער וואס האט שייכות מיט די קהילה, סיי מענער און סיי פרויען - זאלן נעמען א טייל אין די קאמפיין און צאמנעמען צדקה פאר אונזער מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך וועל דיר נאכאמאל שרייבן, אפשר דאך וועל איך פועל'ן ביי דיר דו זאלסט נישט אהיים ברענגען דיין אפיס אין שטוב, דו זאלסט האלטן דיין שטוב ריין, עס זאל זיין א מקום המקדש, א פלאץ וואו מען ציט אויף די קינדער ריין.


מיין טייערער ליבער ברודער, לאז אפ דיין טעלעפאן, לאז אפ די חברים; מוהרא"ש זאגט אונז: "נישטא קיין חברים, אויב איז דא א חבר איז עס די ווייב"; זי וויל רעדן מיט דיר, זי וויל דיר דערציילן איר טאג, אירע מעשיות; גיי אהיים, לאז שוין אפ די נארישקייטן.


מענטשן מיינען זיי האבן חברים, מען געבט אוועק די טייערע צייט וואס מען האט געקענט פארברענגען מיט די קינדער, מיט די ווייב - פאר מענטשן וואס מען האט גארנישט פון דעם; אדרבה, ביים סוף ווערט מען זייער אנטוישט, דער אייבערשטער זאל אפהיטן.


דער טעלעפאן איז דער גרעסטער רויבער, עס רויבט אוועק דעם מענטשנ'ס צייט, עס רויבט אוועק די מח מחשבה; אפילו א פשוט'ע טעלעפאן דארף מען רחמי שמים צו וויסן ווי אזוי צו נוצן און וויפיל צו נוצן, כל שכן די פארגעשריטענע טעלעפאן, וואס גייט שנעלער פונעם מענטשנ'ס מח; מען קען נישט נאכלויפן ווי שנעל דאס גייט, עס רויבט אוועק פונעם מענטש דאס לעבן.


אז דו ביסט לאנגווייליג, באר"ד - זאלסטו נעמען א משניות, א גמרא, דעם רבינ'ס ספרים - און זאגן די הייליגע ווערטער, זינג די זיסע גמרא ניגון, זינג: "אביי ורבא"; נאר דאס בלייבט, נאר דאס איז נצחיות, נאר דאס ברענגט שמחה.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.