מכתב יומי
כא שבט תשע"ח
February 06 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פונעם הייליגן רבי'ן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהין געלאפן גראבן צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר און איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריין געקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר. איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?" האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן: "ווי אזוי נעמט מען פון דעם אוצר?" האט דער רבי געענטפערט: "עִם הַפֶּה וְהַלֵּב צְרִיכִין לַחְתֹּר וּלְבַקֵּשׁ", מיטן פיסק און מיטן הארץ, בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ לַעֲשׂוֹתוֹ.
דער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד וואס אפילו איינער האט א שוואכע קאפ קען ער אויך לערנען דורך דעם סדר. עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג און גארנישט בלייבט נישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל תורה וואס מיר לערנען יעדן טאג. איך בעט דיר זייער מיין טייערער תלמיד..., לערן דעם דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, ווייל די ווערטער פון די הייליגע תורה טוט רייניגן דעם מענטש פון אלעס שלעכטס און אז מען לערנט גמרא יעדן טאג ווערט דער מענטש נאנט צום אייבערשטן.
פאלג דעם הייליגן רבי'ן און מאך אביסל התבודדות יעדן טאג, זאג פארן אייבערשטן: "באשעפער, איך וויל זיין גוט, איך וויל נישט טון קיין נארישקייטן; וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע צעדרוקט מיר, ער מאכט מיר יעדן טאג פארגעסן פון דיר".
מיר האבן געהאט אין די גמרא (עבודה זרה כ:): די גמרא פרעגט: "ווי קען זיין אז זיי האבן געקוקט אויף אן עבודת כוכבים וכו'?" ענטפערט די גמרא: "קֶרֶן זָוִית הֲוַאי", האב איך געהערט א שיינע ווארט פון איינער פון אנשי שלומינו, אז מיר האבן א טענה צום אייבערשטן: "קֶרֶן זָוִית הֲוַאי", דער יצר הרע דרוקט אונז צו צום וואנט, ער קארנערט אונז מיט די היינטיגע נסיונות וואס מיר גייען אריבער און מיר קענען זיך נישט אן עצה געבן. דארפן מיר דאס זאגן פארן אייבערשטן: "קֶרֶן זָוִית הֲוַאי", מיר זענען געקארנערט, דער יצר הרע דערווערגט אונז אינגאנצן און מיר האלטן אין איין אראפפאלן. מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט קוקן קיין שמוץ, איך וויל האבן ריינע אויגן, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע דער רשע מרושע באצווינגט מיר, ער שטופט מיר אריין אין א קרן זוית אז איך זאל זיך נישט קענען היטן מיינע אויגן".
איין זאך געב זיך זייער אכטונג, אז דער רשע זאל דיר נישט איינטיילן צי מען האט יא געהאלטן פון רבי'ן אדער נישט. שטעל דיר פאר אז דו גייסט אין גאס און א גוי האקט דיר אן דיינע ביינער ביז עס גיסט זיך בלוט וכו', דו ווילסט זיך שוין אויפשטעלן גיין צו א דאקטער, זאגט דיר דער גוי דער רוצח: "איך וואלט דיר רעקאמענדירט נישט צו גיין צו דעם און דעם דאקטער"; פרעג איך דיר: דו וואלסט אים אויסגעהערט? אדער דו וואלסט אים געזאגט: "דו רוצח דו מערדער, נישט גענוג וואס דו האסט מיר גע'הרג'עט, גייסטו מיר נאך איינטיילן צו וועלכע דאקטער צו גיין?"
דאס זעלבע און נאך מער איז מיטן יצר הרע; דער יצר הרע ווארפט אונז אראפ אין עבירות, ער איז אונז מכשיל מיט שלעכטע זאכן, שפעטער ווען מיר טרעפן שוין דעם גרויסן דאקטער, מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס ער קען אונז היילן אזוי ווי דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה יג, יום ו): "און איך הייל זי"; קומט דער יצר הרע און הייבט אן מאכן ליצנות: "נע מען האט נישט געהאלטן פון דעם וכו'".
זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב; מיר זעהן אין חז"ל וואס א גוי איז. די גמרא זאגט (עבודה זרה כב:): "חֲבִיבָה עֲלֵיהֶן בְּהֶמְתָּן שֶׁל יִשְׂרָאֵל יוֹתֵר מִנְּשׁוֹתֵיהֶן", א גוי איז ביי אים מער חשוב א בהמה ווי זיין ווייב; ליידער קען מען זען אינגעלייט וואס עס איז אים מער חשוב זיינע חברים ווי אהיים צו קומען זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.
איך בעט דיר נאכאמאל מיין טייערער חבר, לאז דיר אפ פון זיצן אינדרויסן פארברענען די נעכט מיט חברים מיט שמועסליך וואס בלייבט גארנישט דערפון. ענדערש גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי וואס דאס וועט דיר ברענגען נחת.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן ב): "סְגוּלָה לְבָנִים לְהַקְטִין עַצְמוֹ", א סגולה פאר גוטע קינדער - זיך צו האלטן קליין; מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז א מענטש לאזט זיך אראפ צו זיינע קינדער, עס פאסט אים צו שמועסן און שפילן מיט זיי וכו' וכו', וועט ער זוכה זיין צו גוטע קינדער.
בלייב'זשע מיר געזונט און שטארק.