מכתב יומי

כא שבט תשפ

February 16 2020

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס קומט א טאג וואס דער מענטש טרעפט זיך איינער אליינס; אן קיין חברים, אן קיין גוטע פריינט, אן קיינעם. נאר די פרקים משניות און בלעטער גמרא וואס דו האסט אריין געכאפט יעדן טאג וועלן בלייבן מיט דיר.


חברים - איז א פארבלענדעניש, חברים - איז א פארדרייעניש, לעבן פאר חברים איז א נארישקייט; זיך אראפנעמען די בארד און פיאות פאר אנדערע איז א גרויסע רחמנות. פאר דעם שכל אליינס האט זיך שוין געלוינט פאר מיר צו קומען צו מוהרא"ש, נאר פאר דעם אליינס מיר זאלן וויסן נישט נאכצולויפן קיין מענטשן, נישט אוועק צו געבן די מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן, די ווייב און קינדער - פאר חברים, פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט מקורב צו ווערן.


אז דו ארבעסט נישט זונטאג, זאלסטו זיך קובע זיין צו לערנען און העלפן דיין ווייב.


היינט קומט פאר די פלעי פון אונזערע תלמידות בית פיגא; העלף דיין ווייב אז זי זאל קענען קומען מיטהאלטן די פלעי, זי וועט אהיים קומען מיט אסאך חיזוק. היינט וועט זיין צוויי מאל די פלעי, נאכמיטאג און ביינאכט; זע ווען עס איז בעסער פאר איר און העלף איר זי זאל קענען קומען.


איך האב פאר דיר ראפעלס; נעם א חלק אין גיין נאך געלט פאר'ן מוסד, פאר'ן חדר, מיידל סקול, כולל, הדפסה, ישיבה וכו', וכו'.


איך בעט דיר נישט דיין אייגן געלט, איך בעט דיר סך הכל זאלסט מיר העלפן גיין צוזאמנעמען געלט.