מכתב יומי

כא תמוז תשע"ח

July 04 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג מיט וועם דו דרייסט זיך, ווייל א מענטש ווערט זייער נשפע פון א חבר; א חבר קען ארויף ברענגען א מענטש ער זאל ווערן א גרויסער צדיק, און פארקערט אויך חס ושלום - אז מען דריידט זיך מיט נישט גוטע מענטשן ווערט מען נשפע פון זיי. זאל מען זיין דער גרעסטער צדיק, אויב מען דריידט זיך מיט שלעכטע מענטשן ווערט מען אזוי ווי זיי.


דער הייליגער רמב"ם זאגט ביי די סימנים פון כשר'ע און טמא'נע עופות (פרק א' מהלכות מאכלות אסורות, הלכה כ): "וכל השוכן עם הטמאים ונדמה להן, הרי זה טמא", די פייגלעך וואס דרייען זיך מיט עופות טמאים זענען אליינס טמא'נע עופות; אזוי ווי די וועלט זאגט: "ווייז מיר דיין חבר וועל איך שוין וויסן ווער דו ביסט".


בכלל דארפסטו וויסן אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי 'חברים'; מענטשן טוען אלעס פאר זייערע חברים, מען פארברענגט טעג און נעכט מיט חברים, אבער שפעטער וועלן די חברים זיין די ערשטע זיי צו באגראבן; א חבר איז נאר דער וואס איז מחזק דעם מענטש ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן.


מיר געפינען ביי דוד המלך (שמואל-ב טז, טז): "חוּשַׁי הָאַרְכִּי רֵעֶה דָוִד", חושי הארכי איז געווען דער חבר פון דוד, זאגט רש"י (דברי הימים-א כז, לג): "כשחטא דוד בבת שבע", ווען דוד המלך איז אריבער די מעשה פון בת שבע, "שאל לחושי הארכי", האט ער געפרעגט פון חושי הארכי, "אם ישוב בתשובה, אם יקבלוהו הקדוש ברוך הוא בתשובה לתת לו ארוכה לחטאו", צי ער זאל תשובה טון, און אויב דער אייבערשטער וועט אנעמען זיין תשובה, "ואמר לו כן", האט אים חושי הארכי געזאגט ער זאל תשובה טון; 'דאס איז א חבר!' דעריבער ווערט ער אנגרופן "רעה המלך" - דוד המלך'ס חבר, ווייל א חבר איז דער וואס איז מחזק צו תשובה טון.


דעריבער בעט איך דיר זייער מיין טייערער תלמיד ..., געב אכטונג מיט וועם דו דרייסט זיך; זע זיך צו דרייען מיט ערליכע אידן, מיט חברים וואס וועלן דיר מחזק זיין זאלסט לערנען און דאווענען, אזוי וועסטו אנהייבן לערנען און דאווענען. אנטלויף פון חברים וואס מאכן ליצנות פון ערליכע אידן און לאז דיך אפ פון חברים וואס קילן אפ דיין אידישקייט. ביי עמלק שטייט (דברים כה, יח): "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶּרֶךְ", טייטשן די צדיקים, אז עמלק קילט אפ דעם מענטש דורכדעם וואס ער מאכט ליצנות פון ערליכע אידן.


זיי נישט קלוגער פון ערליכע אידן; מאך זיך אליינס א חשבון צו א פאון וואס איז אפען צו די וועלט ברענגט דיר יראת שמים אדער עס נעמט ארויס פון דיר יעדעס ברעקעלע יראת שמים, דו ווייסט דאך אליינס דעם אמת - אז דאס איז נישט גוט.


יעדעס מאל מען קוקט אויף עבירות ווערט מען אפגעקילט פון יראת שמים און מען פארלירט דעם געפיל צו תורה תפילה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נ): "כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", דער וואס איז פוגם בברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען. מען שפירט א ביטערע טעם אין דאווענען און דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות טו, כג): "וְלא יָכְלוּ לִשְׁתּוֹת מַיִם מִמָּרָה", די אידן האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער פון מרה, "כִּי מָרִים הֵם", ווייל עס איז געווען ביטער; בפשטות מיינט דער פסוק צו זאגן אז מען האט נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל דאס וואסער איז געווען ביטער, מוהרא"ש זאגט, "כִּי מָרִים הֵם", זיי האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל "זיי" זענען געווען פול מיט קשיות אויפן אייבערשטן. אז מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט שמוציגע קליפס, מען ליגט אין ניאוף, פארלירט מען אלעס! סיי רוחניות און סיי גשמיות, מען לאזט אפ די תורה און מען לאזט אפ דאס דאווענען.


ברענג נישט אהיים קיין שום כלי וואס מען קען זיך מחבר זיין דורכדעם צו אינטערנעט; טו עס פאר דיר, "ואם אין אתה יוצא בגיני, צא בגין אשתך", און אז דו ווילסט עס נישט ארויס טראגן וועגן דיר טראג עס ארויס וועגן דיין ווייב, זי זאל האבן א מאן, "ואם אין אתה יוצא בגין אשתך, צא בגין בניך", און אז עס גייט דיר נישט אן דיין ווייב, טו עס כאטש פאר דיינע קינדער; ווייז פאר דיינע קינדער א דוגמא ווי אזוי מען קען זיין א גוטע מענטש, דיינע קינדער זאלן זען א ביישפיל פון אן ערליכער איד, זיץ נישט מיט דיין סעלפאון טאג און נאכט.


איך האף אז דו וועסט זיך באהעפטן מיט ערליכע אידן, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.