מכתב יומי

כב תמוז תשפ"ב

July 21 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך! אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, מען פרובירט אויס יעדן איינעם; וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און גייט נישט אוועק פון די הייליגע תורה.


איך בענק זיך נאך דיר, איך האף דיר צו זען. די שיעורים גייען אן טאג טעגליך; יעדן אינדערפרי אום אכט אזייגער לערנען מיר דעם דף גמרא, און ביינאכט אום אכט דרייסיג לערנען מיר ספורי מעשיות; חיזוק פון רבי'ן, עצות פון רבי'ן, עצות אנצוגיין אין לעבן.


מוצאי שבת קודש איז דא א מלוה מלכה מיט א שטיקל שמועס פון רבינ'ס נחל נובע; עס איז גוט זאלסט זיך איינטינקען, קומען הערן אביסל חיזוק צו עפענען א חומש יעדן טאג, עפענען א משניות, א גמרא. חיזוק אויף התבודדות. חיזוק אויף שלום בית.


ווער דארף דען נישט קיין חיזוק? ווער דארף נישט פרישע לופט? 


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.