מכתב יומי

כא תשרי תשפ"ג

October 16 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א', כ"א תשרי, הושענא רבה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


היינט איז זייער א הייליגע טאג, וויל איך אייך בעטן איר זאלט זיך פארנעמען אז איר גייט זיין א צדיקת, איר גייט זיך אפשערן די האר; איר גײט אפלאזן די שדים און קליפות. אויך גיין מיט געהעריגע שטרומפ, נישט קיין דורכזיכטיגע שטרומפ, און קליידער זאלן נישט זיין אויסגעשניטן און קורץ. טוט עס פאר די שכינה הקדושה, טוט עס פאר'ן הייליגן באשעפער, טוט עס פאר אידישע קינדער וואס האבן נעבעך אזויפיל צרות און זיי דארפן א ישועה.


איך קען נישט זאגן פאר אנדערע וואס צו טון, אבער מיינע תלמידות פון בית פיגא בעט איך זייער: טוט מיר דאס צוליב, טוט מיר די טובה, מאכט מיר גרינגער מיין ארבעט. איך האב אייך אזויפיל געגעבן, געבט מיר דאס צוריק, בפרט די יונגע ווייבלעך וואס ציען זיך ארויס אין שטעטל; טוט מיר א טובה, האלטס ריין דאס פלאץ. וועם עס איז שווער צו גיין אנגעטון איידל - זאל גיין וואוינען אין אנדערע פלעצער, איך האב זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן א הייליגע פלאץ פאר אונזער עתיד, פאר אונזער קינדער; בעט איך אלע מיינע תלמידות און אלע פרויען וואס קומען וואוינען ביי אונזער שטעטל: גייט אנגעטון איידל, גייט אנגעטון שיין; מאכט נישט נאך דעם גוי טמא וואס האט פארברענט אונזערע זיידעס און וויל אונז מיט אונזערע קינדער פארברענען.


היינט איז הושענא רבה, מיר שטייען יעצט פאר'ן אייבערשטן, היינט נאכט גייען מיר טאנצן מיט די תורה; לאמיר טון וואס שטייט אין די תורה, לאמיר זיך אנטון שיין, אידיש.


איך זאג אייך צו, אויב איר וועט זיך אפשערן און זיך אנטון איידל, זאג איך אייך צו איר וועט געהאלפן ווערן, איר וועט זען גרויסע ניסים.


א גוט קוויטל.