מכתב יומי
כב אב תשע"ח
August 03 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת עקב - מברכים אלול, כ"ב מנחם-אב, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר.
דער וואך שבת איז זייער א גרויסער שבת: "שבת מברכים אלול"; דעם שבת בענטשט מען ראש חודש אלול, דארף מען זיין זייער פרייליך שבת און פרייליך מאכן די ווייב און קינדער.
דער יצר הרע זוכט נאר ווי ער קען אנמאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, דורכדעם וויל ער צונעמען דעם מח פון מאן און ווייב; ער ווייסט אז איינמאל ער קילט אפ די ליבשאפט פון איינעם צום צווייטן קען ער גרינגער אראפ ווארפן דעם מענטש אין עבירות, ממילא זוכט ער מיט אלע וועגן ווי אזוי ער קען חרוב מאכן די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב, דערפאר איז ביים רבי'ן געווען א יסוד היסודות שלום בית, ווייל אז מען האט שלום בית האט דער מענטש א שמירה עליונה, ער איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.
דעריבער בעט איך דיר מיין ליבער טייערער הארציגער חבר: בעט איבער דיין ווייב; זוך אין איר א גוטע נקודה, געב נאך אין שטוב און זיי א וותרן. דארפסט נישט אלעמאל אויספירן און עס מוז נישט אלץ גיין ווי דו טראכסט. דאס לעבן מיט די ווייב איז א שותפות, זי מעג אויך האבן א מיינונג, עס מוז נישט זיין נאר ווי דו טראכסט און ווילסט. אז דו וועסט זיך אזוי פירן וועט דיר גוט זיין.
דורכדעם וואס דו וועסט רעדן צום אייבערשטן וועט זיך דיר אויפבויען דיין אמונה, און ווען א מענטש לעבט מיט אמונה האט ער א רואיגע לעבן; מען באשולדיגט זיך נישט אויף יעדע זאך און מען טראכט נישט צוריק א גאנצן צייט: 'איך האב געדארפט אזוי טון'; 'איך האב געדארפט אזוי רעדן'; נאר מען איז רואיג וואוסענדיג אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישט דא קיין טבע, מקרה און מזל.
אן אמונה איז מען פול מיט חרטה געפילן; מען עסט זיך אויף כסדר טראכטנדיג: 'פארוואס האב איך אזוי געטון?' עס ווערט געברענגט בשם חכמינו זכרונם לברכה (עיין ראשית חכמה שער היראה, פרק ג): "רְשָׁעִים מְלֵאִים חֲרָטוֹת", זאגט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו (בעל שם טוב על התורה פרשת עקב, סימן י) אז דער פשט איז נישט אז זיי האבן חרטה אויף זייערע שלעכטע מעשים ברוחניות, ווייל אז זיי האבן חרטה און טוען תשובה אויף זייערע עבירות זענען זיי דאך נישט קיין רשעים, נאר דער פשט איז אז זיי זענען אלץ פול מיט חרטות אויף זייערע גשמיות'דיגע געברויכן, זיי לעבן נישט מיט קיין אמונה, דערפאר עסן זיי זיך שטענדיג אויף: 'איך וואלט געדארפט אזוי טון'; 'א שאד איך האב אזוי געטון'; אלץ האבן זיי חרטה, אבער ווען א מענטש גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, דאן טראכט ער נישט צוריק: 'איך וואלט געדארפט אזוי טון'; 'א שאד איך האב נישט אזוי געטון'; ווייל ער ווייסט אז אזוי האט געדארפט זיין.
איך האף אז דו וועסט אריין נעמען מיינע דיבורים וואס איך שרייב דיר, דעמאלט וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.
א גוט שבת.