מכתב יומי

כב אב תשפ"ב

August 19 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, מברכים החודש, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען ראש חודש אלול. דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו פלעגט צולייגן ביים בענטשן ראש חודש אלול, ביי יחדשהו, די ווערטער: "ולתשובה שלימה", אז מיר זאלן זוכה זיין דעם חודש תשובה צו טון, אלעס פאררעכטן פאר עס קומט דער גרויסער יום הדין.


יארן צוריק פלעגט ר' יצחק שליט"א זיין ביי אונז זומער אין קעמפ, מיר האבן אים מכבד געווען מיט ראש חודש בענטשן, דעמאלט האב איך געהערט יעדע יאר ביי שבת מברכים אלול ווי ער זאגט אויך דעם נוסח "ולתשובה שלימה", דאס איז מיר זייער געפאלן, פון דעמאלט פיר איך זיך אויך דאס צו זאגן.


איך בעט דיר זייער, גיי אריין אין שבת מיט א שמחה, מיט שלום; עס קומט אלול, עס כאפט א ציטער; מיר מוזן זיך איבערבעטן, מען קען נישט אנגיין מיט אלטע נארישע קטנות'דיגע קריגערייען; לאמיר אויפנעמען שבת קודש בשמחה.


זע צו העלפן אין שטוב אריינברענגען דעם שבת. פרייטאג איז נישט קיין צייט פון מאכן ביזנעס, אלע ביזנעס פון נאך חצות - איז נישטא קיין ברכה אין דעם, ענדערש גיי אהיים העלפן אנגרייטן דעם שבת קודש.


גרייט אן דעם טיש מיט די ליכט; עס שטייט פון צדיקים זייער גרויסע זאכן אויף אנגרייטן די ליכט און עס אפברענען.


אויך זאלסטו זיין אין שטוב ביים צינדן די ליכט.


שבת ביי די סעודה זאלסטו זיין נאר פרייליך, געב אכטונג פון כעס ומריבה; דער סמ"ך מ"ם מיט זיין כת ווארטן 'ווען וועט זיך דער מענטש אויפרעגן, שרייען און שעלטן'; געב זיך זייער אכטונג עס זאל נישט פאסירן קיין כעס ומריבות.


א גוט שבת.