מכתב יומי
כו אדר א' תשע"ט
March 03 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
א איד האט מיר דערציילט אז יארן צוריק איז ער געקומען צו מוהרא"ש און ער האט זיך אויסגעוויינט צו מוהרא"ש, בתוך הדברים האט ער געזאגט פאר מוהרא"ש: "אני לבד, איך בין איינער אליין, איך האב נישט קיינעם!" האט אים מוהרא"ש געזאגט: "גם אני לבד, איך בין אויך איינער אליין, איך האב אויך קיינעם נישט, איך האב נאר דעם אייבערשטן". מוהרא"ש האט אים געזאגט: "קיינער האט קיינעם נישט, יעדער איינער איז אליין אויף דער וועלט, דער חילוק איז נאר, עס זענען דא וואס ווייסן דאס נאך נישט, זיי מיינען נאך אז זיי האבן דעם זיי האבן יענעם, אבער דו" - זאגט אים מוהרא"ש – "ווייסט שוין דעם אמת אז דו ביסט אליין".
יענער האט מיר דאס דערציילט מיט א טענה אויף מוהרא"ש: "וואס הייסט מוהרא"ש זאגט "גם אני לבד" - איך בין אויך אליין? מוהרא"ש האט דאך א ווייב, קינדער, חסידים, תלמידים מיט געלט וכו' וכו' וואס וויל ער מיר איינרעדן וכו'?!" אבער ווען איך האב געהערט די מעשה האב איך זיך אזוי מחי' געווען מיט דעם דיבור, גאנצע וואכן האב איך געהאט חיות פון די פאר ווערטער וואס מוהרא"ש האט אים געזאגט: "גם אני לבד, איך בין אויך איינער אליין, איך האב אויך קיינעם נישט, איך האב נאר דעם אייבערשטן".
ווען איך דערמאן זיך די סיפור פון די ווערטער: "גם אני לבד, איך בין אויך איינער אליין, איך האב אויך קיינעם נישט, איך האב נאר דעם אייבערשטן", ווער איך שטארק און עס געבט מיר כח אנצוגיין.
טייערער ... נרו יאיר, ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך דעם יסוד: "איך האב קיינעם נישט, איך האב נאר דעם אייבערשטן" - געבט דאס אים כח צו לעבן; ווייל כל זמן א מענטש רעדט זיך איין: 'איך האב דעם, איך האב יענעם', לעבט מען אלץ מיט פחדים. מען טראכט: 'אפשר וועל איך פארלירן דעם, אפשר וועל איך פארלירן יענעם וכו''; ווער רעדט נאך ווען א מענטש רעדט זיך איין אז ער האט געלט, דער איז דאך גאר א גרויסער רחמנות, ווייל שטענדיג איז ער מרה שחורה'דיג צוליב זיין געלט, ער איז מלא פחד אז אפשר וועט ער פארלירן זיין געלט, אדער אפשר וועט זיך איין טאג אויסנוצן זיין געלט, ווען באמת קען געלט נישט העלפן דעם מענטש, דאס מאכט נאר פחדים וכו'. אבער ווען מען ווייסט אז מען האט נאר דעם אייבערשטן איז דאך נישט שייך מען זאל עפעס קענען פארלירן.
מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווען א מענטש האט גארנישט, דארף גארנישט, איז גארנישט און וויל גארנישט, קען מען אים גארנישט צו נעמען; ווייל וואס וועסטו אים צו נעמען? ער האט דאך גארנישט, איז גארנישט און דארף גארנישט, ער האט און דארף נאר דעם אייבערשטן אליין".
ווי אזוי קען מען צו קומען צו דעם אז מען זאל גארנישט דארפן אויסער דעם אייבערשטן? אז מען פאלגט דעם רבי'ן און מען מאכט יעדן טאג התבודדות; מען גייט אויף א ליידיגע פלאץ און דארט שמועסט מען זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן, מען דערציילט אים אלעס וואס דער יצר הרע רעדט אלץ איין, מען איז זיך מיישב אביסל, מען מאכט א חשבון הנפש: 'וואס האב איך שוין אויפגעטון און וואס דארף איך נאך פאררעכטן, וואס וועל איך מיט נעמען מיט מיר?' אזוי הייבט מען אן איינזען אז אלעס אויסער תורה ותפילה איז איבעריג.
זאלסט פון יעצט מאכן א פרישע התחלה צו פאלגן דעם רבי'ן; גיי אויף א ליידיגע פלאץ, דארט זאלסטו אביסל שמועסן מיטן אייבערשטן. פארצייל אים אלע דיינע מעשים און אלע דיינע מחשבות, זאג אים ווי שווער עס איז דיר וכו' וכו' ווען דער יצר הרע קומט יעדן טאג מיט א פרישע וועג דיר אויסצורייסן; וויין צום אייבערשטן, זאג אים: "אייבערשטער איך וויל זיין א גוטע איד, אייבערשטער עס איז מיר אזוי שווער. איך האלט אין איין אראפפאלן אין נארישקייטן, העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף מיין יצר הרע".
איך האף אז דו וועסט זיך אויך מחי' זיין מיט די אויבנדערמאנטן סיפור מיט די פאר ווערטער וואס מוהרא"ש האט יענעם געזאגט: "גם אני לבד, איך בין אויך איינער אליין, איך האב אויך קיינעם נישט, איך האב נאר דעם אייבערשטן".
א גוטע נאכט.