מכתב יומי
כב אדר א' תשפ"ב
February 23 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט נאך פריש מקורב, דו לערנסט דיינע שיעורים קבועים; ביים רבי'ן איז געווען חשוב דער וואס לערנט. דער רבי שרייבט אין א בריוו פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל תחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי", איך בעט דיר מיין ליבער איידעם: "שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק", לערן יעדן טאג גמרא און הלכה, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר", מאך נישט פון נישט וויכטיגע זאכן - אן עיקר, "רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", זע זיך צו פירן מיט יראת שמים, ווייל דאס איז דער עיקר; מען זעט וואס איז געווען ביים רבי'ן דער עיקר, נאר תורה ותפילה ויראת שמים.
אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", ווען מען לערנט דארף מען נישט מער פון זאגן די ווערטער, אז מען זאגט די ווערטער וועט מען שפעטער ממילא פארשטיין; זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, משניות און גמרא; הער נישט אויס די לצים וואס מאכן חוזק פון ערליכע אידן, די וואס שפעטן פון לערנען; די אלע וואס שפעטן פונעם סדר דרך הלימוד - זענען בעלי עבירה, אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט חוזק מאכן פון תורה, די וואס שפעטן - זענען פגום'דיגע מענטשן; דו פאלג דעם רבי'ן.
דעם פארגאנגענעם וואך פרייטאג צו נאכטס האב איך געהאט אן איבערראשונג, עס איז געקומען צו מיר א משפחה זיי ווילן מאכן ביי מיר אין שטוב א סיום אויף ששה סדרי משנה מאה פעמים ואחד. דער אינגערמאן זאגט אז נאר בזכות די חיזוק פון די בריוו און די שיעורים האט ער דאס געקענט באווייזן; דו הערסט וואס דא גייט פאר, א אינגערמאן האט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל משניות! נישט איינער וואס האט א שווער וואס האלט אים אויס, א טאטע וואס האלט אים אויס; אסאך מענטשן חלומ'ן זיך 'ווען איך וועל חתונה האבן, מיין שווער וועט מיר אויסהאלטן, מיין טאטע וועט מיר געבן א הויז, מיין זיידע וועט מיר קויפן א קאר, מיין באבע וועט מיר געבן א שיף - דעמאלט וועל איך לערנען', דו ווייסט דאך ווי אזוי די נארישע חלומות גייען; דער אינגערמאן וואס האט מסיים געווען ששה סדרי משנה הונדערט און איין מאל - נישט זיין טאטע, נישט זיין שווער און נישט זיין זיידע, קיינער געבט אים גארנישט, ער מוטשעט זיך צו ברענגען ברויט און מילך; דאך האט ער זוכה געווען אריינצוכאפן אזוי פיל.
אינטערעסאנט איז, אין די בלאט גמרא פון שבת איז געשטאנען דאס גרויסקייט פון לערנען הונדערט און איין מאל (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים, לְשׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", עס איז נישט אייניג דאס גרויסקייט פון דער וואס לערנט הונדערט מאל משניות צו דער וואס האט איבער גע'חזר'ט הונדערט און איין מאל; איינער האט זיך אנגערופן, די גמרא זאגט דאך גלייך נאך דעם ווי אזוי מען איז זוכה צו דעם: "צֵא וּלְמַד מִשׁוּק", מוהרא"ש לערנט אונז דאס, מוהרא"ש געבט אונז דאס.
געב אכטונג אויף דיין צלם אלקים; שנייד נישט דיין בארד, פוץ נישט דיין בארד, טשעפע נישט דעם בארד, לאז עס וואקסן. עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "וואס דארף א נפטר זארגן ווען ער וועט ליגן אויפ'ן ערד מיט די פיס צום טיר מיט זיין בארד און פיאות"; מאך נישט נאך דעם גוי טמא, בלייב אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.