מכתב יומי

כב אדר ב' תשע"ט

March 29 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת שמיני-פרה, מברכים החודש, כ"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


די וואך שבת איז זייער א גרויסער שבת; מען ליינט די פרשה פון טהרת ישראל, די פרשה פון פרה אדומה.


וויפיל דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן - דער כהן גדול וואס איז אונז מטהר מטומאת מת; איך האף אז דו האסט אריין גענומען אין דיר די נעכטיגע שיעור (ליל שישי) און דו ווייסט שוין ווי אזוי מען קען זיך מטהר זיין פון טומאת מת, - דורך דעם כהן גדול וואס רייניגט אונז מיט זיינע הייליגע עצות.


וואס זעען מיר ביי די פרה אדומה? דער פסוק זאגט (במדבר יט, ב): "זֹאת חֻקַּת הַתּוֹרָה אֲשֶׁר צִוָּה ה' לֵאמֹר", און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יט, א) אז איוב האט געזאגט (איוב יד, ד): "מִי יִתֵּן טָהוֹר מִטָּמֵא? לֹא אֶחָד"; ווייל מען זעט אז די אלע וואס זענען עוסק מיט די פרה אדומה ווערן טמא, און די פרה אדומה רייניגט א מענטש וואס איז טמא, דאס האט איוב געפרעגט: "מִי יִתֵּן טָהוֹר מִטָּמֵא?" נאר דער אייבערשטער, "לֹא אֶחָד" – און קיינער מער; "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא: חֻקָּה חָקַקְתִּי, גְזֵירָה גָּזַרְתִּי, אִי אַתָּה רַשַּׁאי לַעֲבוֹר עַל גְּזֵרָתִי" - דאס איז א חק אן א טעם.


דאס איז דער חק פון פרה אדומה, (במדבר רבה, שם): "כָּל הָעוֹסְקִין בַּפָּרָה מִתְּחִלָּה וְעַד סוֹף, מְטַמְאִין בְּגָדִים", דער וואס איז עוסק מיט'ן רייניגן די טמא'נע מענטשן - דער ווערט טמא, אבער: "הִיא גּוּפָהּ מְטַהֶרֶת בְּגָדִים", ער אליינס מאכט יענעם טהור; פלעגט מוהרא"ש זאגן אז דאס זעט מען ביים רבי'ן. עס קומט א בחור וואס איז אנגעפילט מיט חטאים פון קאפ ביז פיס - בפרט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און דער צדיק געבט זיך אפ מיט אים; ער הערט אים אויס, ער שמועסט מיט אים און ער געבט אים עצות ווי אזוי ער זאל קענען ארויס קריכן פון זיינע פראבלעמען און ער טוט אים אן מיט שיינע קליידער; צוביסלעך הייבט ער אן צו לערנען און דאווענען, ביז דער אייבערשטער העלפט אים אז ער טרעפט זיין שידוך און דער צדיק לאזט זיך ווייטער אראפ צו אים, ער שמועסט מיט אים און מיט זיין ווייב, ער לערנט זיי שיינע וועגן ווי אזוי זיי זאלן לעבן, ביז ער איז אינגאנצן מטהר דעם איש טמא און עס איז געווארן 'לטהר טמאים', אבער יעצט ווערט 'לטמא טהורים' דער מענטש זאגט אז דער כהן - דער צדיק - וואס האט אים אפגעוואשן און זיך געפארעט מיט אים ביז ער איז געווארן טהור - איז גאר טמא.


אויף דעם דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן - מיר זאלן נישט מטמא זיין דעם כהן וואס מאכט אונז טהור; מיר זאלן שטענדיג געדענקען ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען פאר מיר האבן געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט געטון מיט אונז און וואס ער טוט מיט אונז ווייטער.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר דאס איבער נאך פאר שבת.


א פרייליכן שבת.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת שמיני-פרה, מברכים החודש, כ"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


יעצט ווען מיר קומען שוין נענטער און נענטער צום יום טוב פסח און עס הייבט זיך אן די ארבעט פאר אידישע פרויען צו רייניגן אויף פסח; כאטשיג פון איין זייט איז אביסל שווער צו רייניגן לכבוד פסח אבער וויסן זאלט איר אז אין הימל זעט מען יעדע זאך וואס מען טוט דא בזה העולם; יעדע ריר, יעדע בייג און יעדע שווערע אטעם וואס די פרויען טוען לכבוד פסח. אזוי ווי דער הייליגער בעל קדושת לוי - דער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז פון די ארבעט פון די פרויען וואס מאכן פסח'דיג; פון זייער קראצן, רייבן און כשר'ן ווערן באשאפן מלאכים, די זעלבע מלאכים וואס ווערן באשאפן ראש השנה ווען מען בלאזט שופר. דערפאר זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט באשעפטיגט מיט אזא הייליגע ארבעט.


עס איז טאקע שווער יעצט פאר פסח מיט די גאנצע ווירטשאפט וואס ליגט אויף אייך, אבער פון הימל קוקט מען זיך צו צו די ארבעט וואס די פרויען ארבעטן און בזכות נשים צדקניות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטער'ן גלות.


אמאל איז א פרוי געקומען צום הייליגן סטייפלער גאון זכרונו לברכה און אים אנגעפרעגט וכו' נישט צו האבן קינדער וכו' ווייל זי האט נישט קיין כח, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "יעדער מענטש שרייבט מען אפ ראש השנה וויפיל כח ער וועט האבן און וויפיל ער זאל זיך מוטשען וכו', אויב מען דריידט זיך ארויס פון די ארבעט פון קינדער וכו' מיינט נישט אז מען דריידט זיך ארויס פון די פלאג, דעמאלט קומט אנדערע פלאג"; דאס זעלבע זאג איך אייך, די וואס דרייען זיך ארויס פון פסח'דיג מאכן מיינט נישט אז זיי דרייען זיך ארויס פון ארבעטן, ווייל עס קומט אנדערע שווערע ארבעט. דעריבער זאלט איר זיך פרייען אז אייער פלאג, ארבעט און מי גייט אריין אין מצוות און אין גוטע זאכן. אין אנגרייטן פאר יום טוב און אין זיך באשעפטיגן מיט קינדער.


ווען עס איז אייך גאר ביטער זאגט ארויס שטילערהייט א ווארט פון מויל; זאגט: "טאטע, געב מיר כח", וועט אייך גלייך גרינגער ווערן.


א פרייליכן שבת.