מכתב יומי

כב אדר תשע"ח

March 09 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל פקודי, שבת פרה, שבת מברכים, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז זייער א גרויסער שבת, דעם שבת ליינט מען פרשת פרה.


עס שטייט ביי די פרשה פון פרה אדומה (במדבר יט, ב): "זֹאת חֻקַּת הַתּוֹרָה אֲשֶׁר צִוָּה ה' לֵאמֹר", דער מצוה איז א חק, ווייל דער כהן וואס רייניגט דעם טמא'נעם מענטש ער אליינס ווערט טמא; וואס דאס איז זייער וואונדערליך, ווי קען דאס זיין אז דער וואס רייניגט, ער זאל אליינס ווערן טמא? נאר וואס דען, "אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא: חֻקָּה חָקַקְתִּי, גְזֵירָה גָּזַרְתִּי, אִי אַתָּה רַשַּׁאי לַעֲבוֹר עַל גְּזֵרָתִי" (במדבר רבה יט, א) – דער אייבערשטער זאגט: דאס איז א חק אן א טעם.


אבער אז מען קלערט אריין זעט מען אז דאס קומט ממש פאר אזוי ביי מענטשן; א מענטש וואס איז נעבעך אנגעפילט מיט חטאים פון קאפ ביז פיס, ער זינקט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. ביז ער איז זוכה און ער קומט צום הייליגן רבי'ן; דער צדיק געבט זיך אפ מיט אים, ער הערט אים אויס, ער שמועסט מיט אים און ער געבט אים עצות ווי אזוי ער זאל קענען ארויס קריכן פון זיינע פראבלעמען און ער טוט אים אן מיט שיינע קליידער. צוביסלעך הייבט ער אן צו לערנען און דאווענען, ביז דער אייבערשטער העלפט און ער טרעפט זיין שידוך. דער צדיק מאכט אים חתונה און נאכדעם לאזט ער זיך ווייטער אראפ צו אים, ער שמועסט מיט אים און מיט זיין ווייב, ביז דער כהן האט מטהר געווען דעם איש טמא.


'לְטַהֵר טְמֵאִים' איז שוין געווען, וואס געשעט יעצט? 'לְטַמֵּא טְהוֹרִים', יעצט זאגט דער מענטש אז דער כהן – דער צדיק וואס האט אים אפגעוואשן און זיך געפארעט מיט אים ביז ער איז געווארן טהור - איז גאר טמא! דאס איז דער חק פון פרה אדומה (במדבר רבה, שם): "כָּל הָעוֹסְקִין בַּפָּרָה מִתְּחִלָּה וְעַד סוֹף, מְטַמְאִין בְּגָדִים", דער וואס איז עוסק מיט דעם ווערט טמא, אבער "הִיא גּוּפָהּ מְטַהֶרֶת בְּגָדִים", ער אליינס מאכט יענעם טהור.


דאס איז א צדיק; אים גייט גארנישט אן. ער איז ביי זיך גארנישט, ער דארף גארנישט און ער וויל גארנישט, ער וויל נאר מקרב זיין נאך א איד צום אייבערשטן, ער וויל נאר אז נאך א איד זאל לעבן א חיים טובים.


דערפאר דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן דעם שבת אז מיר זאלן נישט מטמא מאכן דעם כהן; מיר זאלן שטענדיג געדענקען ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען בעפאר מיר האבן געטראפן דעם הייליגן רבי'ן. א מענטש דארף שטענדיג האבן הכרת הטוב פאר איינעם וואס האט אים געטון א טובה, בפרט פאר א רבי וואס האט אלעס אוועק געלייגט אין דער זייט אבי אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן און דו זאלסט וויסן אז דו קענסט אויך לערנען די הייליגע תורה.


שלמה המלך זאגט (משלי יז, יג): "מֵשִׁיב רָעָה תַּחַת טוֹבָה, לֹא תָמוּשׁ רָעָה מִבֵּיתוֹ", ווער עס באצאלט צוריק שלעכטס פאר איינעם וואס האט אים געטון גוטס, זאל זיך נישט אפטון דאס שלעכטס פון אים; פארוואס קומט פאר דעם מענטש אזא קללה? ווייל עס איז נישט דא קיין ערגערע מדה פון זיין א כפוי טובה. א מענטש וואס איז א כפוי טובה, האט אין זיך אלע שלעכטע מידות.


מען דארף זייער אכטונג געבן קיינמאל נישט צו רעדן שלעכטס אויף א מענטש וואס האט דיר א טובה געטון; אויף קיינעם טאר מען נישט רעדן שלעכטס, אבער אז מען רעדט שלעכטס אויף איינעם וואס האט דיר געהאלפן איז דאס זייער א שלעכטע זאך, ובפרטי פרטיות אויף א רבי וואס האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן זיין לעבן, זיין משפחה, זיינע קינדער און זיין נאמען וכו' וכו', אלעס - נאר אז דו זאלסט האבן א גוט לעבן; דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען לעבט אין שטוב מיט א ווייב און קינדער; ער האט פארלוירן זיין נאמען אלעס נאר פאר דיר – אויף אזא איינעם טאר מען נישט רעדן קיין שלעכטס.


אמאל האט דער רבי געזאגט פאר ר' נתן "איך האב דיר שוין אריין געכאפט אין מיין זאק", האט ר' נתן געזאגט "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין". אזוי אויך האט דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטשיג ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים"; זעט מען וואס ר' נתן איז געווען, ער האט שטענדיג געדענקט אז אנעם רבי'ן וועט ער נישט קענען אנגיין.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עד): "אַחַר פּוּרִים קוֹרִין פָּרָשַׁת פָּרָה שֶׁהִיא הֲכָנָה לְפֶסַח, כִּי פָּרָשַׁת פָּרָה קוֹרִין כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ נִזְהָרִין לִטָּהֵר מִטֻּמְאַת מֵת, כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ טְהוֹרִין לַעֲשׂוֹת הַפֶּסַח". ווי אזוי איז מען זיך מטהר פון טומאת מת? נאר דורך 'וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ' - דורך לערנען און דאווענען; אז א מענטש לערנט און דאווענט ווערט ער גערייניגט פון טומאת מת. מאך דיר א שיעור אין גמרא, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר מטהר זיין פון טומאת מת.


א פרייליכן שבת.