מכתב יומי
כב אייר תשע"ח
May 07 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בהר בחקותי, כ"ב אייר, ל"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך גייט צוויי סדרות, דעריבער ווארט נישט אויף סוף וואך, נאר הייב היינט אן מעביר סדרה זיין. עס ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורך חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילָך נִקְרָא עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין מעביר סדרה זיין; דער משנה ברורה זאגט (שם) אז דער הייליגער גר"א זכותו יגן עלינו האט זיך אזוי געפירט; יעדן טאג פון די וואך האט ער מעביר סדרה געווען די חלק פון דעם טאג. זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; ווער עס גייט אויף דעם וועג און ער איז יעדן טאג מעביר סדרה איז ער זוכה צו ענדיגן די פרשה, וואס דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים (ברכות ח:).
א וואך וואס מען איז מעביר סדרה וועט מען האבן א געבענטשטע וואך, און א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן א הפסד מיט געלט אדער נאך ערגערס חס ושלום; אויב מען שטופט עס אפ ביז פרייטאג קען אריבער גיין די וואך אן מעביר סדרה זיין און מען האט נישט קיין שמירה, דעריבער איז גוט מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך, יעדן טאג לערנט מען אביסל חומש תרגום און רש"י, און דאס איז א שמירה עליונה אויפן מענטש.
אז מען טראכט אריין זעט מען אז די טעג פליען אריבער אזוי ווי א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.
מען האט קוים אנגעהויבן דעם יאר, מען האט קוים אנגעפאנגען חמשה חומשי תורה, און די וואך זענען מיר שוין מסיים ספר שלישי - ספר ויקרא; מאך זיך א חשבון צי דו האסט מעביר סדרה געווען ביז אהער אלע סדרות, מאך זיך א חשבון צי דו האסט געלערנט יעדע איינציגע וואך חומש מיט רש"י.
דער הייליגער ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען באזוכן דעם ערוגת הבושם, האט אים דער ערוגת הבושם געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיינע תלמידים לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, דער הייליגער ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו איז אריבערגעגאנגען אין די ישיבה זען די בחורים, ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געזאגט פארן ערוגת הבושם: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" האט דער ערוגת הבושם געפרעגט: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" זעט מען פון דעם אז אויב מען וויל האבן יראת שמים דארף מען לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט רש"י.
פרעג זיך די קשיא וואס דער רבי האלט אין איין חזר'ן אין סיפורי מעשיות: "וואו בין איך אויף דער וועלט?" עס גייט אריבער א וואך נאך א וואך, א חודש נאך א חודש, מען האלט שוין ווייניגער פון צוויי וואכן פאר דעם יום טוב שבועות, דער יום טוב פון קבלת התורה, פרעג דיך אליינס: "וואו בין איך אויף דער וועלט?"
נעכטן האבן מיר געהאט אין ישיבה א סיום הש"ס פון הבחור ... נרו יאיר; דאס איז א מופת פון רבי'ן, א מופת פון מוהרא"ש - צו נעמען א בחור וואס איז לא עלינו נישט געזונט, ער קען זיך נישט באוועגן, און ער זיצט אין לערנט לאנגע שעות, דאס איז שוין זיין צווייטע סיום הש"ס; דאס איז א וואונדער.
פאריגע וואך האבן מיר געהאט א סיום הש"ס אין ישיבה פון האברך ... נרו יאיר; זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי די אינגעלייט און בחורים נוצן אויס די צייט אויף תורה. יעדע טאג קומען מיר בחורים דערציילן נאך א סיום וואס זיי האבן מסיים געווען, וויל איך דיר אויפוועקן פון שלאף, איך וויל דו זאלסט זיך פרעגן: "ווי בין "איך" אויף דער וועלט?" "ווען וועל איך ענדיגן ש"ס?" "ווען וועל איך מאכן א סיום?"
דיין גאנצע לעבן געבסטו אוועק פאר די געלט; דו טראכסט נישט אז איין טאג וועט מען דיר אוועק נעמען פון די געלט, איין טאג וועסטו בלייבן נאקעט, דעמאלט וועסטו וויינען: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן?' 'פארוואס בין איך מיין גאנץ לעבן נאכגעלאפן די בהמות וואס דאס איז באמת געווען מיינע עבירות?' אזוי ווי דער מענטש פון דער וואלד האט געזאגט פארן בן מלך וואס האט זיך פארביטן (עיין ספורי מעשיות, מעשה יא) אבער דעמאלט וועט זיין אביסעלע שפעט.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.
נעכטן איז געווען דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איז יעצט א פאסיגע צייט וואס מען קען זיך באנייען אנצוהייבן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; וועק דיר אויף פון דיין שלאף, דו דרייסט זיך ארום אויף דער וועלט ווי א נאר, ביסט א גרויסע רחמנות, ביסט אן ארימאן בגשמיות וברוחניות, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "אֵין עֳנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית דער איז אן ארימאן. ווען א מענטש לערנט נישט קיין תורה און טוט נישט קיין מעשים טובים, ווען ער וועט אוועק גיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארעם. אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט מיט קיין הייזער, דארט נעמט מען נאר מיט תורה ומעשים טובים, נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת קכ.) אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז) "וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה" – זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא וְלֹא מִשְׁנָה וְלֹא תַּלְמוּד", א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, א פרק משניות און א דף גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארימאן.
דערפאר בעט איך דיר זייער טייערער ברידער, וועק זיך אויף פון שלאף! פרעג זיך: "וואו בין איך אויף דער וועלט?" נעם א חומש און הייב אן מעביר סדרה זיין; נעם א משניות און לערן אפאר פרקים משניות; נעם א גמרא און לערן א דף גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט זאלסטו ווייטער לערנען, זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה, דאס וועט דיר באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ו, כב): "בְּהִתְהַלֶּכְךָ תַּנְחֶה אֹתָךְ", אויף דער וועלט וועט דיר די תורה באגלייטן, "בְּשָׁכְבְּךָ תִּשְׁמֹר עָלֶיךָ", אין קבר וועט דיר די תורה אפהיטן פון אלעם שלעכטס, "וַהֲקִיצוֹתָ הִיא תְשִׂיחֶךָ", און די תורה וועט זיין פאר דיר א מליץ יושר ביים בית דין של מעלה.
היינט נאכט איז דא א שיעור; מוהרא"ש האט מיר געבעטן איך זאל פארלערנען פאר אינגעלייט, איך זאל מחזק זיין אלע תלמידים וואס האבן געלערנט אין ישיבה; איך בעט דיר זייער דו זאלסט קומען צום שיעור, אזוי וועסטו זיך מחזק זיין און זיך באנייען. יעדע זאך אויף דער וועלט דארף חיזוק און זיכער תורה ותפילה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב:): "תּוֹרָה, וּמַעֲשִׂים טוֹבִים, תְּפִילָה, וְדֶרֶך אֶרֶץ, צְרִיכִים חִזּוּק", די אלע זאכן דארפן כסדר חיזוק; מיר איז נישט גרינג צו קומען אין ישיבה געבן א שיעור, איך האלט נאך א טאג ארבעט מיט תלמידים בחורים וכו', אבער איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן.
אם ירצה ה' מיטוואך נאכט וועט פארקומען א שיעור פאר די פרויען, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום שיעור.