מכתב יומי

כד אייר תשפ

May 18 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


די איינציגסטע עצה ארויסצוקריכן פון אלע חובות איז אז מען טוט תשובה און מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן; מען בעט אים אז מען זאל ארויס קריכן פון די בלאטע וואו מען איז אריין געפאלן, מען בעט אים ער זאל געבן שפע כדי מען זאל קענען באצאלן אלע חובות.


אויך זאלסטו היטן דיינע אויגן; פון שטיין און קוקן עבירות רחמנא לצלן פארלירט מען אלעס. ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו האלטן די אויגן אראפ, און פאר דו גייסט ארויס אין גאס זאלסטו לייגן דיין האנט אויף די מזוזה און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיר איך זאל נישט נכשל ווערן מיט קיין איין שלעכטע קוק; געב מיר כח זיך צו היטן מיינע אויגן".


דארפסט טאקע דיין טעלעפאן? טאקע? אויך די סטעטו"ס?