מכתב יומי
כב אלול תשע"ז
September 13 2017
‹ ›בעזהשי"ת
יום ד' פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט קומען אין ישיבה יעדעס יאר חודש אלול, און חזר'ן די נוסח מיט די בחורים און אינגעלייט. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דערמאנען דעם זוהר אז רבי שמעון בן יוחאי פלעגט נעמען זיינע תלמידים און איבערגיין דעם דאווענען פון ראש השנה, כדי מען זאל קענען גוט דאס דאווענען.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אזוי הנאה געהאט פון דאס דאווענען; דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן וואסערע תענוג און נחת רוח מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געהאט פון דעם. די ערשטע יאר וואס מוהרא"ש האט מיר מכבד געווען צו דאווענען איז געווען שנת תשע"ב לפרט קטן, נאך שחרית האט מיר מוהרא"ש צוגערופן און געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס אלע צדיקים האבן געדאווענט מיט קאפעליעס, עס איז שענער דאס דאווענען וכו'"; און מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר אנגעווינטשן מורא'דיגע ברכות וכו'.
מיר האבן טאקע פארלוירן מוהרא"ש זכרונו לברכה, עס איז טאקע גאר אנדערש אומאן היינט צו טאגס ווען מיר פארן אן מוהרא"ש זכרונו לברכה, ווי ווען מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז, אבער וויסן זאלסטו אז מוהרא"ש איז נאך דא, די נפש רוח נשמה, די דיבורים און די גייסט איז נאך דא, און מוהרא"ש האט א נחת רוח אז מיר דאווענען אינאיינעם. דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט מיר העלפן דאווענען - סיי שחרית וואס איך וועל אם ירצה ה' דאווענען פארן עמוד, וויל איך זאלסט שטיין נעבן מיר, און מיר העלפן דאווענען, און סיי מוסף - זאלסטו אויך זיצן נעבן דעם עמוד פונעם בעל תפילה, און מיר העלפן דאווענען. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואסערע נחת רוח דו וועסט מאכן דורכדעם פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה און פארן הייליגן רבי'ן.
היינט נאכט איז דא א פארברענג פאר אלע פרויען - אן "אומאן פארברענג"; זע צו בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען קומען. זוך נישט קיין תירוצים ארויסצוגיין פון שטוב, און וויסן זאלסטו אז עס איז זייער געזונט פאר א פרוי ארויס צו גיין אביסל פון שטוב נאכן זיין א גאנצן טאג פארנומען מיט די קינדער און מיט די שטוב ארבעט.
אז דיין ווייב איז מסכים זאלסט אוועק פארן אויף ראש השנה צום רבי'ן, דארפסטו איר קויפן א שיינע מתנה; א אינגערמאן האט מיר דערציילט אז ער פלעגט ליידן שרעקליכע רדיפות פון זיינע עלטערן יעדעס יאר פאר ראש השנה, זיי האבן אים אזוי גע'רודפ'ט אז ער האט ממש נישט געקענט אויסהאלטן. ער איז געקומען פרעגן מוהרא"ש וואס ער זאל טון, האט אים מוהרא"ש געפרעגט: "וואס זאגט דיין ווייב?" האט ער געזאגט: "מיין ווייב איז מסכים איך זאל פארן", האט מוהרא"ש אים געזאגט: "דארפסטו קויפן פאר דיין ווייב א שיינע מתנה".
אז מען פאלגט דעם הייליגן רבי'ן א גאנץ יאר, מען איז מכבד די ווייב, און מען רעדט שיין און איידל, איז מען זוכה צו מאכן רוען די שכינה אין שטוב, און אז די שכינה רוט אין שטוב, איז דער שטוב געבענטשט מיט אלע ברכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.