מכתב יומי

כב אלול תשע"ח

September 02 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חסדי השם יתברך אז מיר פארן שוין די וואך צום הייליגן רבי'ן.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך פון קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון; כל זמן מיר זענען דא אויף דער וועלט וועלן מיר קיינמאל נישט פארשטיין דאס גרויסקייט פון זיין ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן ראש השנה פאר א מתנה, און נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


פארגעס נישט צו דאנקען דיין ווייב תחי' אז זי לאזט דיר פארן; נישט נאר זי לאזט דיר פארן נאר זי איז דיר מחזק און מעודד אז דו זאלסט פארן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא. דער דף גמרא איז די שמירה פארן מענטש, עס היט אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, איך געב א שיעור יעדן אינדערפרי פאר אברכים און בחורים; מען לערנט פאר א בלאט גמרא בבלי און א דף ירושלמי, דאס איז מיין גאנצע חיות. אויך אין אומאן - די פאר טעג וואס מיר וועלן זיין ביים רבי'ן - וועט פארקומען דער שיעור יעדן אינדערפרי, אזוי אויך אום ראש השנה וועט פארקומען דער שיעור פארן דאווענען; דאס קען מען נישט מבטל זיין, דאס איז די חיות פונעם טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קומען קיין אומאן און פועל'ן א גוט יאר פאר אונז און פאר גאנץ כלל ישראל.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.