מכתב יומי
כב אלול תשע"ט
September 22 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער, לאז זיך נישט צעברעכן און אראפגעווארפן ווערן פונעם יצר הרע וואס רעדט דיר איין אז דער אייבערשטער דארף דיר נישט וכו'; עס איז שקר וכזב, דער אייבערשטער ווארט אויף דיר דו זאלסט צוריק קומען צו אים, דו זאלסט תשובה טון און אנהייבן פונדאסניי.
נישט קיין חילוק ווי ווייט א מענטש איז פארקראכן, קען ער זיך אלץ צוריק קערן צום אייבערשטן. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק כב) דער אייבערשטער זאגט: "אֲפִילוּ הִגְדִּיל אָדָם מֵאָה עֲבֵירוֹת זוּ לְמַעְלָה מִזּוּ - וְעָשָׂה תְּשׁוּבָה, הֲרֵינִי עִמּוֹ בְּרַחֲמִים וָאֲקַבֵּל אֶת תְּשׁוּבָתוֹ", אפילו א מענטש האט געזינדיגט און געטון איבער הונדערט עבירות, אויב טוט ער תשובה האב איך רחמנות אויף אים און איך נעם אן זיין תשובה, "וַאֲפִלּוּ עוֹמֵד אָדָם וּמְחָרֵף כְּלַפֵּי מַעֲלָה, וְיַחֲזֹר וְיַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה, הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מוֹחֵל לוֹ עַל כּוּלָם", און אפילו א מענטש איז אזוי ווייט אוועק געפאלן אז ער רעדט אנטקעגן דעם אייבערשטן רחמנא לצלן, אויב טוט ער תשובה איז אים דער אייבערשטער מוחל און האט אים ליב.
ברודער טייערער, דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות! אמאל האט רבי נתן גערעדט מיט אנשי שלומינו אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות!" זעט מען פון דעם אז אויף אלע צדיקים איז איבער געגאנגען וואס איז איבער געגאנגען, און נאר ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.