מכתב יומי

כב אלול תשפ"ב

September 18 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן באצאלן דיין חוב פון שכר לימוד; האסט מיר גרינג געמאכט. מען האט מיר איבערגעגעבן פון אפיס אז רוב אנשי שלומינו האבן גענומען ערנסט מיינע ווערטער און זיך אנגעשטרענגט צו באצאלן שכר לימוד.


יעצט וויל איך דיר בעטן א חסד, זאלסט גיין נאך געלט ביי הייזער אדער שול'ן און מיר דאס ברענגען אין אומאן, ברענג מיר כאטשיג הונדערט דאלער. איך וועל נישט נעמען דיין געלט, איך וויל דו זאלסט דוקא גיין נאך געלט; איך האב א טעם וואס איך בעט עס יעצט, איך וועל נאר נעמען געלט וואס דו האסט צאמגענומען פאר צדקה, און אז דו קענסט מיר דאס ברענגען אין אומאן.


באניי זיך, זיי נישט אלט. הויב אן נאכאמאל לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אז דו קענסט גיין צו א שיעור אדער לערנען בחברותא - מה טוב ומה נעים, און אז דו האסט נישט קיין חברותא, דו האסט נישט קיין שיעור - לערן אליין, אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא. די תורה וועט דיך צוריקברענגען צום אייבערשטן, עס וועט דיך ארויסשלעפן פון אלע בלאטעס. דער רבי האט קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית און טוט נעבעך עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיינע עבירות, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט, דער סמ"ך מ"ם וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון - אבי נישט עפענען א גמרא, ווייל דאס פארברענט אים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא; אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך יאג זיך אביסל; איך בין שוין פארנומען מיט די גרויסע נסיעה קיין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דער בנין אין אומאן איז א פריוואטע פלאץ; דאס איז אויסדרוקליך נאר פאר די וואס מיר האבן זיי פארדינגען א בעט. וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט געבן דיין קארטל פאר אנדערע, עס איז נישט גערעכט אריינצוברענגען חברים; אז דו דינגסט א בעט און דו באקומסט א קארטל - איז דאס פריוואט פאר דיר.


צו די תפילות עפנט מען דעם בית המדרש, און דעמאלט איז דער בנין ווייטער פריוואט, מען קען נישט ארויפגיין ביי די צימערן. און ביי די אנדערע צייטן, פאר סעודות, אדער סתם זיך דרייען מיט אנשי שלומינו - איז דער בנין א פריוואטע בנין.


פאר די די אלע וואס פרעגן מיך אויב זיי קענען אריינקומען, און פאר די וואס פרעגן אויב זיי קענען אריינברענגען דעם און נאר יענעם, בעט איך זיי, ביטע טו מיר א טובה און מאך מיך נישט פאר קיין שלעכטער, בעט מיך נישט די זאך; אז דו ווילסט טאקע אזוי שטארק זיין צווישן אנשי שלומינו, און ממש דו ווייסט נישט ווי אזוי דו גייסט קענען אויסהאלטן אן זיין מיט תלמידי היכל הקודש - קענסטו יעצט דינגען א בעט פאר קומענדיגן יאר הבא עלינו לטובה.


עס וועט זיין חדר פאר די קינדער וואס שלאפן אינעם בנין, די געטרייע מלמדים וועלן לערנען מיט די קינדער, דאווענען מיט די קינדער, און גיין צום ציון מיט די קינדער. די מלמדים לייגן אריין כוחות, זיי גרייטן אן א פראגראם פאר די קינדער אז די קינדער זאלן וועלן זיין אין שול, די קינדער זאלן וועלן זיצן נעבן דעם בעל תפילה. זיי שלעפן מיט גאנצע באקסעס מיט פרסים פאר די קינדער זיי זאלן זיך נישט וואלגערן אויף הפקר.


עס איז כדאי שוין אנצוהויבן די פרשה און דאס ענדיגן נאך איידער מען פארט ארויס, אזוי וועט מען ענדיגן די סדרה; לאז נישט איבער אויף סוף וואך ווען מיר וועלן זיך וואלגערן אויף די נסיעה.


א כתיבה וחתימה טובה.