מכתב יומי
כג חשון תשע"ח
November 12 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, לייג דיר אריין אין אמונה, אזוי וועט דיין לעבן זיין א לעבן, אלעס וועט דיר זיין אסאך גרינגער; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "ווער עס לעבט מיט אמונה, דער לעבט א חיים טובים; אויב גייט אים גוט - איז דאך גוט, און אז עס גייט אים נישט גוט, עס גייט אים עפעס שלעכט אין זיין לעבן, ווייסט ער אויך אז אלעס איז פונעם באשעפער. אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה, דער האט נישט קיין לעבן בכלל, ווייל אויב עס גייט אים עפעס שלעכט, ווערט ער גלייך צעבראכן, ער ווערט אויס מענטש"; דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיר און גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס פאסירט מיט דיר איז פאר דיין טובה וועגן, אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר לטובתך, דורכדעם וועט דיר אלעס גרינגער אנקומען.
דער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן פאר זיין חתונה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות טז:): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", מען טאנצט פאר די כלה, אז דאס מיינט צו זאגן אז מען זאל איבער שפרינגען וואס עס איז געווען פאר די חתונה, מען זאל נישט טראכטן און לעבן מיטן עבר, נאר מען זאל פארגעסן וואס עס איז געווען פאר די חתונה און אנהייבן א לעבן פון דאסניי וכו' עיין שם; זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה אז דאס גייט ארויף אויף נאך די חתונה אויך, מען דארף האלטן אין איין פארגעסן וואס עס איז געווען מיט די ווייב, מען טאר נישט האלטן אין זיך אלטע זאכן, אלטע חשבונות, נאר "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", מען דארף אלעס איבער היפן, איבער שפרינגען, און שטענדיג אנהייבן פון דאסניי א נייע בלאט.
בכלל דארף א אינגערמאן זייער אכטונג געבן אין שטוב צו העלפן די ווייב און קינדער, מען דארף וויסן אז חסד הייבט זיך אן אין שטוב; וואויל איז פאר א מענטש וואס העלפט די ווייב, די אלע וואס פארברענגען מיט חברים, זיי לאזן די ווייב אליין אין שטוב מיט די קינדער, די אלע זענען חסרי דעת, זיי מיינען אז זיי האבן חברים, אבער ביז דערווייל די חברים מיט וועם זיי פארברענגען, זיי אליין רעדן אונטער זיין רוקן וכו'. וואס האט מען פון די אלע שמועסלעך און פון די אלע שעות וואס מען פארברענט מיט חברים, מען רעדט סתם זאכן, און אזוי לויפט דורך א טאג, עס גייט א וואך, עס גייט א יאר, און מען בלייבט איין טאג איינער אליין.
אבער ווען א מענטש האט שכל, ער ניצט אויס זיינע טעג און יארן מיט זאכן וואס וועלן בלייבן מיט אים, ער פארברענגט מיט זיין ווייב און קינדער, ער שמועסט מיט זיין ווייב און קינדער, ער לערנט אביסל תורה יעדן טאג, אביסל מקרא, אביסל משנה, אביסל גמרא, דאס וועט ער מיט נעמען מיט זיך.
איך האף אז דו האסט הנאה פון די בריוו וואס איך שרייב דיר; גלייב מיר איך וויל גארנישט, נאר דו זאלסט האבן א חיים טובים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.