מכתב יומי
כב חשון תשע"ט
October 31 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אלע כוחות! איך ווייס און שפיר דיין צער און ווייטאג וואס דו גייסט יעצט אריבער וכו', מיט דעם אלעם דארפן מיר געדענקען אז דער רבי האט אונז אנגעגרייט געוואלדיגע אוצרות און חיזוק אז מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן אין אלע מצבים.
ווען עס גייט אריבער אויפן מענטש שוועריקייטן און דער מענטש דערהאלט זיך איז א סימן אז דער מענטש איז בטל צום אייבערשטן; ווייל מיט דעם מעסט מען דאס גרויסקייט פון א איד – לויט וויפיל ער דערהאלט זיך. אז אין א צייט ווען עס גייט אריבער אויף אים איבערגייענישן לאזט ער נישט אפ די אמונה, ער גייט ווייטער אין שול דאווענען און ער איז ווייטער מקיים די מצוות מיט שמחה.
מיין נישט אז א צווייטער מוטשעט זיך ווייניגער ווי דיר; יעדער איינער מוטשעט מען מיט זיינע נסיונות. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישט פארהאן א מענטש אויף דער וועלט וואס זאל נישט האבן קיין יסורים. און אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישט דא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.
אז עס גייט איבער אויף דיר נסיונות איז דא איין פלאץ וואו דו קענסט זיך באהאלטן פונעם יצר הרע - אין די הייליגע תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן.
ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, מיר געפונען זיך אין 'היכל הקודש' קודש קדשים; א פלאץ פון 'תכלית', א פלאץ פון 'לעובדא ולמעשה', אן קיין דריידלעך אן קיין פשעטלעך, ללא כחל ושרק. אין היכל הקודש איז יעדעס ווארט פונעם רבי'ן קודש קדשים.
ליידער אין ברסלב אליין קען מען לעבן אין א גרויסע פאנטאזיע; מען קען אריבער גיין דאס לעבן אן איינמאל ענדיגן 'ששה סדרי משנה', אן ענדיגן איין מאל ש"ס, אן ענדיגן איינמאל דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. וואס איז דער סימן צי מען לעבט נישט אין פאנטאזיע, ווי אזוי קען מען וויסן צי מען נארט זיך נישט? אויב מען האט סחורה אין די האנט, דאן איז א סימן אז מען נארט זיך נישט. ממילא דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר האבן סחורה אין האנט.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכט האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" און פאר יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּה כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיטן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט; מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.
כל זמן מען לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש רש"י, משניות און גמרא איז מען אין פאנטאזיע; אז מען לערנט נישט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים וואספארא שייכות האט מען מיטן רבי'ן?!
איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן דורך מוהרא"ש זכר צדיק לברכה; וויפיל איך זאל נאר דאנקען דעם אייבערשטן איז נישט דא גענוג לויב ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם, ווייל ווען מען איז זוכה מקורב ווערן צום רבי'ן באקומט מען א נייעם שכל, א ריינער קאפ, און א לויטערן מח; מען לעבט מיטן אייבערשטן, מען לעבט מיט תכלית - מען ווייסט אז איין טאג וועט מען דארפן אוועק גיין פון דער וועלט, מען וועט זיין א גוסס און א נפטר, און דעמאלט וועט גארנישט איבער בלייבן פון אונז, נאר דאס ביסל תורה ותפילה וואס מיר האבן זוכה געווען אריין צו כאפן יעדן טאג.
שטארק דיר טייערער..., פארליר זיך נישט!
היינט נאכט קומט פאר די פרויען צוזאמקום; זע צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחזק זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.