מכתב יומי
כב טבת תשע"ח
January 09 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז נישט דא קיין מענטש אויף דער וועלט וואס קען זיך בארימען אז ער האט נישט קיין שוועריקייטן אין זיין לעבן; יעדער מענטש האט זיך זיין פעקל צרות און יסורים.
מען האט אמאל געשמועסט מיטן רבי'ן פון עולם הזה, האט זיך דער רבי אנגערופן (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "אפשר אויבן אין הימל איז דא א וועלט וואס מען רופט 'עולם הזה', ווייל דא אויף דער וועלט איז נישט דא קיין שום עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, ווייל עס גייט אריבער אויף מענטשן ביטערע שווערע צרות".
אבער אז מען לעבט מיט אמונה, אז א מענטש גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה, ער גלייבט אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, דעמאלט ווערט מען פרייליך, ווייל מען ווייסט אז אלעס איז לטובה.
עס שטייט אין זוהר הקדוש (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג, פון ביטער – זיס; ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא"; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן, פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער, דער איז א צדיק.
איך קען נישט פארגעסן וואס איך האב אמאל געהערט פון א ברסלב'ער איד; איך פרעג אים: "וואס מאכט א איד?" זאגט ער מיר: "מענטשן זאגן 'אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם'; איינער האט געלט, איינער האט נחת, איינער האט שלום בית וכו', אבער אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם, אבער איך זאג דיר אז אמת טאקע 'אלעס אינאיינעם איז נישט דא ביי קיינעם, אויסער ביי איינעם, ביי מיר'; 'איך האב אלעס'". נאכן באגעגענען אזא איד, האב איך געזען וואס הייסט אז א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, וואס הייסט אז א מענטש לעבט מיטן רבינ'ס עצות, אזא מענטש איז מלא שמחה, און ביי אזא מענטש קומט ממש פאר די בחינה פון מעין עולם הבא.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא יז.): "שְׁלֹשָׁה הִטְעִימָן הַקָבָּ"ה בָּעוֹלָם הַזֶה מֵעֵין הָעוֹלָם הַבָּא", דריי מענטשן האבן זוכה געווען צו האבן אויף דער וועלט מעין עולם הבא: אברהם, יצחק און יעקב; ביי אברהם שטייט (בראשית כד, א): "וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם 'בַּכֹּל'"; ביי יצחק שטייט (שם כז, לג): "וָאֹכַל 'מִכֹּל'", און ביי יעקב שטייט (שם לג, יא): "וְכִי יֶשׁ לִי 'כֹל'"; די הייליגע אבות זענען דורך שווערע ביטערע נסיונות, מיט דעם אלעם האבן זיי נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ", דער אייבערשטער האט אויספרובירט די אבות מיט ביטערע שווערע נסיונות, "וְעָמַד בְּכֻלָּם", זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן; אויב אזוי, וואס איז פשט אז די אבות הקדושים האבן געהאט בַּכֹּל, מִכֹּל, כֹּל, זיי האבן דאך געהאט שווערע ביטערע נסיונות?! נאר ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, און אזוי גייט ער דורך זיין לעבן - דאס איז מעין עולם הבא.
דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם הייליגן 'תם' (סיפורי מעשיות, מעשה ט) וואס האט גארנישט געהאט און אין די זעלבע צייט אלעס געהאט; ער האט געמאכט זייער ווייניג געלט, אבער ער איז שטענדיג פרייליך געווען, ער האט געהאט אלע פיינע מאכלים און משקאות, און אלע סארט קליידער וכו'.
דאס בעטן מיר ביי ברכת המזון: "הָרַחֲמָן הוּא יְבָרֵךְ אוֹתָנוּ כְּמוֹ שֶׁנִּתְבָּרְכוּ אֲבוֹתֵינוּ אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב, בַּכֹּל, מִכֹּל, כֹּל, כֵּן יְבָרֵךְ אוֹתָנוּ"; העלף אונז אייבערשטער אז מיר זאלן לעבן מיט א שטארקע אמונה אזוי ווי די אבות הקדושים, אזוי אויך בעטן מיר דאס אין די תפילה קודם התפילה פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו: "וּמִמַּדְרֵגָה לַמַּדְרֵגָה תַּעֲלֵנוּ, שֶׁנִּזְכֶּה לָבוֹא לְמַעֲלַת אֲבוֹתֵינוּ הַקְדוֹשִׁים, אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקֹב", העלף אונז באשעפער, מיר זאלן זוכה זיין צו קומען צו די גרויסקייט פון די אבות הקדושים, וואס זיי האבן געלעבט מיט אמונה, זיי האבן נישט מהרהר געווען אויף דיר באשעפער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.