מכתב יומי

כב כסלו תשע"ט

November 30 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער וואך שבת הייבט שוין אן צו שיינען די ליכטיקייט פון חנוכה, אזוי ווי עס איז באוויסט אז אלעס וואס גייט זיין אינעם קומענדיגן וואך הייבט זיך אן שבת; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פח:): "כָּל בִּרְכָאן דִּלְעֵילָא וְתַתָּא", אלע ברכות וואס קומען אויפן מענטש, "בְּיוֹמָא שְׁבִיעָאָה תַּלְיָן", קומט בזכות שבת; דעריבער אזוי ווי דעם קומענדיגע וואך גייען מיר אריין אין די חנוכה טעג, זונטאג נאכט גייען מיר שוין צינדן דעם ערשטן ליכטל אין די הייליגע מנורה, ממילא הייבט זיך שוין אן אלע ליכטיגקייטן פון דעם שבת.


דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט זיין פרייליך; פראביר מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך און מאך פרייליך אין שטוב. זיי נישט אזוי באבלאזן ווייל קיינער קומט דיר גארנישט; מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער, און געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "זיי קלוג - נישט גערעכט"; מיט אביסל שכל קען מען איבערדרייען דאס גאנצע שטוב פאר א 'גן עדן' ממש, אבער ווען מען זוכט נאר צו זיין גערעכט ווערט די שטוב א 'גיהנום'.


גיי ארום מיט א שמייכל אפילו דו האסט נישט אויף וואס צו שמייכלען; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז אים געקומען זאגן אז ער האט נישט קיין כח צו דאווענען, האט אים דער רבי געזאגט: "מען שניצט זיך א רוגז"; דאס הייסט אז מען מאכט זיך ווי מען האלט דערביי און נאכדעם האלט מען שוין דערביי, דאס זעלבע איז ביי שמחה: "מאך זיך פרייליך", וועסטו זען אז דו וועסט ווערן פרייליך.


איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב תחי'.


א גוט שבת.


 


_________________________________________________________________________________________________________________________


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


פראבירט מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך און אויפנעמען דעם הייליגן שבת מיט שמחה; ווייל אז די מאמע איז פרייליך זענען אלע קינדער פרייליך און זיכער דער מאן.


עס איז נישט קיין קונץ זיך צו צעברעכן, א קונץ איז זיך אויפצוהייבן; פון קרעכצן וועט איר גארנישט האבן, איין זאך קומט ארויס פון קרעכצן און וויינען: "באבלאזענע קינדער". דערפאר זאלט איר זיך איבערבעטן מיט אייער מאן און אנהייבן א נייע בלעטל אין לעבן; עס קומט שבת איז א שאד זיך צו קריגן, בעטס אים איבער וועט דער אייבערשטער אייך אויך מוחל זיין.


ביי אונז פירט מען זיך צו צינדן פיר ליכט וואס איז קעגן דעם שם הוי"ה און נאך צוויי ליכט פון אויל פאר זכור ושמור, נאכדעם פאר יעדן קינד לייגט מען צו א ליכט.


בשעת א פרוי צינדט ליכט איז א גרויסע עת רצון אין הימל, ווען פרויען וואלטן געוויסט ווי חשוב עס איז אין הימל אירע תפילות וואלט מען געבעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך נאכאמאל און נאכאמאל ביזן זען די ישועה.


זעטס אז אייערע קינדער זאלן שלאפן מיט א קאפל און א טלית קטן וועלן זיי זיין געזונט און שטארק און אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


איך וואונטש אייך א פרייליכן שבת.