מכתב יומי
כב סיון תשע"ח
June 05 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט נאכט קומט פאר די פלעי וואס די מיידלעך פון "בית פיגא" שטעלן פאר; זיי גייען אויסשפילן די ערשטע מעשה פון סיפורי מעשיות, פון די "אבידת בת מלך", זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען. די פלעי וועט זיין סיי היינט דינסטאג, און אויך מארגן מיטוואך; זיי מפרסם פאר אלעמען אז עס לוינט זיך צו קומען. אלע וועלן אהיים גיין מיט התחזקות, דאס וועט זיין די פרויען צוזאמקום די חודש.
גיי דערצייל פאר איינעם אפאר יאר צוריק אז עס וועט קומען א צייט וואס מיר וועלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיטן רבינ'ס מעשיות און מיט זיינע לימודים, ער וואלט געלאכט פון דיר... אבער ברוך השם מיר האבן זוכה געווען, מיר האבן דערלעבט צו זען ווי אונזערע קינדער לעבן מיטן רבי'ן, זיי וואקסן אויף מיט א חינוך וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנץ לעבן.
ווען מיר האבן דערציילט פאר מוהרא"ש אז מיר האבן געקויפט א באס פאר די תלמוד תורה האט מוהרא"ש געשמייכלט און דערציילט: "יארן צוריק האט זיך דער וואס האט געפירט די ברסלב'ער שטיבל אין וויליאמסבורג אפגערעדט פאר מיר, אז עס איז נישט דא קיין מנין ברסלב'ע אידן, האב איך אים מחזק געווען אז מען דארף אנגיין אפילו עס איז שווער; מיר זענען געשטאנען אין גאס און איך האב אים דעמאלט געוויזן אויף א קינדער באס וואס איז אריבער געפארן, אז נאך אביסל וועלן ארום פארן באסעס אויף געשריבן דערויף: 'תלמוד תורה ברסלב', האט מיר יענער געזאגט: 'איר חלומ'ט בהקיץ, עס וועט קיינמאל נישט זיין אזא זאך', אבער ברוך השם – האט מוהרא"ש אויסגעפירט – אז דער חלום איז מקוים געווארן און מיר האבן שיינע מוסדות וואו מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיטן רבינ'ס עצות".
איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין דא, מיר האבן א חדר, א ישיבה מיט א סקול וואו די קינדער וואקסן אויף מיטן רבינ'ס עצות, מיר זענען מקיים וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און ר' נתן שרייבט (שם) אז דער רבי האט עס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון מחנך זיין די קינדער שוין פון יונגווייז אן צו לעבן מיטן אייבערשטן. ברוך ה' אז מיר האבן זוכה געווען אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער צו לעבן מיטן רבי'ן און זיך פירן אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.
האסט אודאי מיט געהאלטן וואס עס האט זיך געטון פאריגע וואך דא אין שטאט, ווי מען איז מחנך קינדער מיט מחלוקת און גאוה, "איך, איך און נאכאמאל איך"; ברוך השם אונזערע קינדער איז מען מחנך זיין מיט תפילה והתבודדות, זיי זאלן וויסן אז וואס זיי דארפן זאלן זיי נאר בעטן דעם אייבערשטן.
זיי מפרסם די פלעי פאר דיין משפחה, חברים און שכנים, זאלן מענטשן הערן די מעשיות פון רבי'ן.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "זיי זאלן מיר הערן איין תורה מיט דעם ניגון און מיטן טאנץ, וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען"; היינט נאכט וועט מען הערן די תורה מיטן טאנץ! מען וועט אויפשפילן די מעשה פון די פארלוירענע "בת מלך", ווי דער רבי לערנט אויס מען זאל נישט אויפגעבן אפילו מען פאלט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל.
ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער, זיינע עצות און התחזקות - ווערט אן ערליכער איד און הייבט אן בענקען צום אייבערשטן. און אפילו ער פאלט אראפ שרייט ער צום אייבערשטן פון דארט.
מען קען נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט נאך נישט טועם געווען פון רבינ'ס עצות, וואס דער רבי געבט אונז; די גאנצע לעבן ווערט געטוישט צום גוטן, מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן א גאנצן טאג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.