מכתב יומי
כב סיון תשע"ט
June 25 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט שטענדיג מיט דיר, בפרט אז דו האסט זוכה געווען צו חתונה האבן און צו טייערע ליכטיגע קינדער; זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן וועט דער אייבערשטער דיר באשענקען מיט נאך ניסים.
בנוגע זוממער וכו'; פון איין זייט איז זייער גוט צו זיין אינדרויסן מחוץ לעיר בקדושה ובטהרה, אבער פון די אנדערע זייט קען מען נישט און מען טאר נישט זיין אן די ווייב. בעט איך דיר זייער זאלסט זיך אנשטרענגען ארויס צו קומען ווי מער צו דיין ווייב; הלואי ווען דו וואלסט ווען געקענט זיין א גאנצע וואך מיט איר. אז דיין פרנסה איז אין שטאט און דו דארפסט זיין אין שטאט יעדן טאג, זאלסטו פראבירן ווי מער ארויסקומען צו איר וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.
פאר דיין טובה וועגן - פאר דיין אייביגע לעבן און פאר דיין איצטיגע לעבן, זאלסטו גיין אין א פלאץ וואו קיינער זעט נישט און זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, זאלסט זיך מתודה זיין אויף אלע עבירות וואס דו האסט אפגעטון עד היום הזה און בעטן דעם אייבערשטן בתחנונים ער זאל שוין רחמנות האבן אויף דיר.
רבי אברהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס זאך ערנסט קען מען צוקומען צו זייער גרויסע מדריגות".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות; ווען דו וואלסט ווען געוויסט ווי חשוב דו ביסט אין הימל מיט דיינע זכותים וואס דו טוסט וואלסטו געטאנצן פאר שמחה.
עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין 'הפצה', צוריק צו ברענגען זיינע קינדער צו אים; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון 'הפצה', קוק אריין אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיי"ש.
איך פריי זיך זייער שטארק אז דו קומסט זוממער אין קעמפ; אמת, עס קאסט טאקע אסאך געלט, אבער ווען מען קוקט מיט אן אמת'ע בליק וואס מען באקומט אלץ ביים רבי'ן בכלל און זוממער בפרט, ווען מען איז צוזאמען די צען וואכן - איז דאס בכלל נישט קיין טייערע פרייז אויף וואס מען וואלט ווען באמת געדארפט צאלן.
א מענטש וואלט אוועק געגעבן זיין גאנצע געלט מען זאל אים געבן לעבן, מען זאל אים אויסלערנען שלום בית און מחזק זיין אנצוהייבן נאכאמאל און נאכאמאל וכו' וכו'.
נעכטן בין איך געווען באזוכן די קעמפס - סיי די בחורים קעמפ און סיי די מיידל קעמפ; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי פרייליך געווארן צו זען די קעמפ וואו מיר האבן אזויפיל עוסק געווען אין אמונה און אין קדושה וכו' וכו'. א גאנץ יאר ווארט איך אויפן זוממער צו זיצן אין קעמפ אונטערן בוים אטעמען די ריינע לופט.
א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן.
איך שיק דיר בילדער פונעם בנין אין אומאן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.