מכתב יומי

כב שבט תשע"ח

February 07 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר


איך האף אז דו האסט א צדקה פושקע פון די מוסד און דו לייגסט דארט אריין דיין צדקה געלט, ווייל מיר האבן נישט קיין שום שטיצע פון אינדרויסן און דאס איז אונזער איינציגסטע הכנסה; פאר יעדע מוסד וואס איז נאר פארהאן וועט מען געבן, אבער ברוך השם פאר היכל הקודש דארף מען האבן א באזונדערע זכי' צו קענען געבן. דערפאר בעט איך דיר אז דו זאלסט יעדן טאג אריין לייגן אפאר פרוטות אין די פושקע פון די מוסד, אזוי וועסטו האבן א חלק אין דאס לערנען פון די הייליגע ריינע קינדער שלא טעמו טעם חטא. איך מוטשע מיך זייער צו קענען אנגיין טאג טעגליך, צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע און אלעס וואס מען דארף האבן פאר א מוסד, און מיט יעדע פרוטה וואס דו לייגסט אריין אין די פושקע העלפסטו מיר.


איך בעט אלע עלטערן וואס שיקן די קינדער ביי אונז אינעם מוסד, זאלן צאלן שכר לימוד. ווער עס צאלט נישט שכר לימוד איז א גנב; שכר לימוד איז נישט קיין נדבה, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז נישט קיין התנדבות וואס דו טוסט א טובה אז דו צאלסט עס, שכר לימוד איז א חיוב צו צאלן. מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אן א שיעור מאל אין אשר בנחל אז עס איז מקבל פון צדיקים אז ווער עס צאלט שכר לימוד וועט מצליח זיין מיט זיינע קינדער און מען טאר נישט מזלזל זיין אין דעם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָּׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים", ראש השנה שרייבט מען אפ דעם גאנצן Budget פאר די יאר, "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת, וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב, וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה", חוץ וואס א מענטש דארף האבן פאר שבת און יום טוב וואס דאס ווענדט זיך שוין אינעם מענטש אליינס, "שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", אויב קויפט ער נישט איין פאר שבת ויום טוב און ער צאלט נישט קיין שכר לימוד פאר זיינע קינדער, געבט מען אים ווייניגער געלט און אויב פארמערט ער און ער קויפט איין אסאך פאר שבת און יום טוב און ער צאלט שכר לימוד, געבט מען אים מער געלט; זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש איז מקפיד צו באצאלן שכר לימוד, וועט ער באקומען שפע פונעם אייבערשטן.


איך דאנק אלע עלטערן וואס האבן גענומען די מי און זיי האבן געמאכט וואוטשער'ס ((Vouchers אפילו עס איז זיי שווער געווען; מען דארף זיצן ביי זיי שעות אויף שעות, און מען דארף אוועק געבן טעג און מען קען נישט פארטיגן מיט זיי. יעדעס מאל ווען מען מיינט אז מען איז שוין פערטיג, דארף מען צוריק קומען מיט נאך א צעטל וכו', אבער אדאנק די עלטערן קען איך צאלן די מלמדים און די טיטשערס. וויסן זאלסטו אז מען טוט דאס פאר זיך אליין, ווייל מיט דעם וואס מען מאכט Vouchers קען איך באצאלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף די מלמדים מיט די טיטשערס.


געבענטשט זאלן זיין די אלע וואס העלפן מיר אז איך זאל נישט צוזאמברעכן; איך דאנק האברך החשוב ליפא נרו יאיר פארן זיך אוועק געבן פארן מוסד, ער ארבעט בהתנדבות, ער באקומט נישט גארנישט דערפאר, ער ארבעט יומם ולילה אז די מוסד זאל קענען דעקן די מלמדים און טיטשערס. וואויל איז פאר די אינגעלייט וואס לייגן צו א פלייצע אז מיר זאלן נישט אונטער ברעכן. דער אייבערשטער זאל אים העלפן ער זאל האבן הצלחה אין אלע זיינע ענינים בזכות וואס ער העלפט אז מיר זאלן קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס.


אפילו דו אינגעלייט וואס האבן נאך נישט קיין קינדער צו שיקן און די מוסדות זאלן אויך העלפן מיט וואס זיי קענען. אויך מיינע תלמידים די בחורים, איך בעט אייך העלפט מיר מיט וואס איר קענט אז מיר זאלן נישט אונטערברעכן חס ושלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן אלע זאלט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.