מכתב יומי
כד שבט תשע"ט
January 30 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אפילו איך האב דיר שוין געשריבן אזויפיל בריוון וועגן דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג גמרא, שרייב איך דיר יעצט נאכאמאל אז איך האף אז דו לערנסט נאך יעדן טאג דעם דף גמרא.
גמרא איז א פלאץ וואו מען קען זיך באהאלטן ווען עס גייט איבער א צרה; אפילו דו ביסט פארנומען און דו האסט אסאך זאכן צו ערלעדיגן, דאך זאל די דף גמרא זיין ביי דיר א זאך וואס דו ביסט אויף דעם נישט מוותר, ווייל אינעם בלאט גמרא איז די בעסטע פלאץ וואו מען קען זיך באהאלטן בעת צרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כז, ג): "מָשָׁל לְצִפּוֹר שֶׁבָּרַח מִן הַצַּיָּד וְנָפְלָה לְתוֹךְ יָדוֹ שֶׁל אַנְדְּרוּאַנְטִיָא, כֵּיוָן שֶׁרָאָה אוֹתוֹ הַצַּיָּד הִתְחִיל מְקַלְּסָהּ וְאָמַר לָהּ כַּמָּה נָאָה בְּרִיחָה שֶׁבָּרַחְתָּ", עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן האט זי זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, זייענדיג זיכער אז דארט וועט קיינער נישט קומען שיסן אויף איר; דאס זעלבע איז ווען א מענטש האט צרות איז די בעסטע פלאץ וואו ער קען זיך לויפן באהאלטן - איז ביים אייבערשטן, דעמאלט טשעפעט אים קיינער נישט.
בעט איך דיר טייערער ..., כאפ זיך ארויף אויפן באן פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאג די ווערטער; מאך נישט חוזק פון "זאגן די ווערטער" ווייל דאס איז גאר קיין חוזק נישט; נישט וואס הייסט חוזק דא אויף דער וועלט איז חוזק אויבן אויף יענע וועלט, און נישט וואס הייסט דא ארויפגעקוקט איז חשוב אין הימל; מיר ווייסן נאר וואס צדיקים זאגן אונז, דאס איז חשוב.
דעריבער בעט איך דיר טייערער ליבער ברודער, הייב אן פון יעצט; נעם א גמרא און הייב אן חולין דף סד - דעם היינטיגן בלאט. דו וועסט זיך שפירן א נייע מענטש, אויך וועט דיין ווייב הנאה האבן דיר צו זען לערנען.
זיי געזונט.