מכתב יומי
כב שבט תשפ
February 17 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וויסן זאלסטו אז דער רבי ווייזט אונז א וועג ארויס פון די טיפסטע אפגרינד; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "וְאֲפִלּוּ כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אפילו מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויס צו גיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויס קריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיר אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".
פאלג דעם רבי'ן, גיי אין א ווינקל, זוך א שטילע פלאץ און שריי צום אייבערשטן: "העלף מיר טאטע, העלף מיר טאטע, נעם מיר ארויס פון מיין בלאטע! העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד", אזוי זאלסטו שרייען און שרייען ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.