מכתב יומי

כב שבט תשפ"ו

February 09 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט שובבי"ם ווען מען פאררעכט דעם חטא פון פגם הברית דארף מען אויך פאררעכטן די חטא פון בין אדם לחבירו, ובפרט אין שטוב; לאמיר זיך באררעכענען, רחמנות האבן אויף די אויסגעמוטשעטע פרוי וואס רוט נישט קיין מינוט פאר אונזערע קינדער; איר צו העלפן, איר צו געבן גוטע ווערטער, איר מחזק זיין וכו'.


מען כאפט זיך נישט, מען איז אריין געטון מיט חברים וכו', דאס איז דמיון, ווייל חברים טוישן זיך, חברים האלטן זיך פאר טעג, מען טוישט חברים ווי מען טוישט בגדים, אבער די ווייב וואס זי איז די מאמע פון דיינע קינדער, מיט איר שטעלט מען אוועק שיינע דורות; איר לאזט מען אין שטוב מיט די ארבעט, מען לויפט צו חברים, מען לויפט טון חסד, מען איז פאר'שיכור'ט מיט די טעלעפאן, טעבלעט וכו' וכו'.


איך וויין צו דיר, האב רחמנות אויף דיין ווייב, און אויף דיינע דורות, מאך זיך שעות וואס דו ארבעטסט, למשל פון ניין ביז פינף, אדער ביז זעקס, און נאך די צייט פארמאך די טעלעפאונס; מאך נישט, רעד נישט, טו נישט; לויף אהיים און העלף דיין ווייב, העלף לייגן שלאפן די קינדער, (איך לייג שלאפן יעדע נאכט מיינע קינדער, איך בין נאך אזוי פארנומען ווי דיר), און גיי דאווענען, גיי לערנען.


וועק זיך אויף פון דיינע דמיונות, ביסט דאך א קלוגער, ביסט דאך נישט קיין קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.