מכתב יומי
כד אב תשע"ח
August 05 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו
יעצט ווען עס איז שוין אריבער גאנצע צען יאר פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה וויל איך זיך אביסל אויסשמועסן מיין הארץ מיט אייך.
אין איינע פון די בריוון וואס דער רבי האט געשריבן פאר אנשי שלומינו (כמובא בתחילת ספר עלים לתרופה) שרייבט דער רבי דעם לשון: "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען"; דער רבי בעט אונז מיר זאלן נישט פארגעסן ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען ווען מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן. אז מיר וועלן געדענקען וואס דער רבי טוט מיט אונז וועלן מיר קיינמאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן.
איך וויל זיך אביסל מיט אייך מיין הארץ אויסשמועסן; איר ווייסט אוודאי אז צו פירן א ישיבה דארף מען זייער אסאך כוחות. באמת שעפט יעדע ארבעט ארויס די כוחות פונעם מענטש, אבער בפרט ווערט מען ערשעפט ווען מען ארבעט מיט בעלי בחירה; צו פירן א ישיבה איז זייער א שווערע ארבעט און עס נעמט אסאך צייט ווי לאנג מען זעט פירות פון די שווערע הארעוואניע וואס מען לייגט אריין.
מיין גאנצע כח צו פירן ווייטער די ישיבה נעם איך פון דעם וואס איך זע נחת ביי תלמידים; מען זעט ווי תלמידים פירן זייער שטוב מיט די הקדמות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, דאס ברענגט אז איך זאל ווייטער וועלן ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט.
איך בין זייער אסאך אריבער במשך די פארלאפענע צען יאר, מען האט מיר פראבירט צו צעברעכן אויף אלע אופנים וכו', אבער געלויבט דעם אייבערשטן אז די ישיבה שטייט, און נישט נאר די ישיבה שטייט, נאר מיר האבן געעפענט א חדר מיט א מיידל סקול און נאך אביסל וועלן מיר האבן א שיינע שטעטל מיט מוסדות וכו' וכו'. ס'איז דא איין זאך וואס געבט מיר כח אנצוגיין: ווען איך זע ווי איר פירט זיך אזוי שיין און איר האט שלום בית, איר ווייסט אז נישט חברים איז דער לעבן, נאר דער לעבן איז די ווייב און קינדער. אזוי אויך פארקערט - וואס צעברעכט מיר? ווען איך זע אז איר קומט זיך נישט אויס אין שטוב מיט אייער ווייב.
איך בעט אייך מיינע טייערע תלמידים וואס איר זענט ביי מיר באליבט ווי מיינע קינדער: געדענקט וואס איר האט געלערנט אלע יארן אין ישיבה, אז א מענטש האט נישט קיין חברים, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א חבר, און ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "א אינגערמאן האט נאר איין חבר - זיין ווייב".
אז איר האט חתונה געהאט דארפט איר זיך זייער אכטונג געבן פונעם יצר הרע, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג) "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצע הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפ ווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף אינגעלייט זיי צו צעטיילן, אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.
מיר דארפן זען אז מיר זאלן נישט זיין פון די צווייטע כתה אויף וועם דער רבי האט רחמנות, נאר אז מיר זענען דא ביים רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן; בעיקר צו לעבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער באהבה ואחוה שלום וריעות.
דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסג-רסד), און עס איז כמעט נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון "שלום בית" - אז דער מאן דארף מכבד זיין די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב איז מען זוכה אז דער אייבערשטער רוהט אין שטוב און דורכדעם איז מען זוכה צו אלעס גוטס.
מיט דעם וואס איר וועט לעבן אין שטוב מיט ליבשאפט וועט איר מיר מאכן א נחת רוח און געבן כח אנצוגיין ווייטער.
א גוטן טאג.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.