מכתב יומי
כה אב תשע"ט
August 26 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך הער דיין געשריי, איך הער דיינע קרעכצן; וואס זאל איך דיר זאגן? טייערער ברודער, טייערער חבר, פאלג דעם רבי'ן און זאג פאר'ן אייבערשטן וואס גייט אריבער אויף דיר. מיין נישט אז צדיקים האבן נישט קיין שווערע ביטערע נסיונות, מיין נישט אז זיי האבן נישט קיין נפילות וכו', דער חילוק איז אז די צדיקים שטארקן זיך און הייבן זיך אויף, אזוי ווי עס שטייט (משלי כד, טז): "כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", אפילו ער פאלט אראפ הייבט ער זיך אויף און הייבט אן פונדאסניי; ער קוקט נישט אויף צוריק, אויף וואס איז געווען, נאר ער קוקט אויף פאראויס. דערפאר זענען זיי זוכה צו שיינע זאכן, ווייל זיי שטארקן זיך.
פארוואס ביסטו ביי דיר אזוי געפאלן? ממש דו שפירסט ווי דו ביסט גארנישט ווערד... אז מען פאלט אראפ ווערט מען נישט שוואך, אז מען הייבט זיך נישט אויף - דעמאלט איז מען שוואך; א שטארקער מענטש איז נישט איינער וואס איז נישט אראפ געפאלן, שטארק מיינט, אז ווען מען פאלט הייבט מען זיך הייבט אויף, איינער וואס פאלט און הייבט זיך אויף - דער איז א שטארקער מענטש.
דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאוונט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאך נישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט מיט דעם אנגרייטן פאר'ן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ, און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער, נעם דיינע קינדער אין א טענצל, און דער עיקר מאך זיך אליינס פרייליך; ווארט נישט ווען דו וועסט זיין באמת פרייליך, נאר קודם מאך זיך; מאך זיך פרייליך וועסטו שוין ווערן פרייליך.
גיי ארויס פון דיין קטנות, פון דיינע זארגן און פון דיינע קרעכצן, טראכטנדיג שטענדיג: 'וואס וועט זיין?' 'וואס וועט זיין?' שמחה עפנט אויף דעם מח, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", ווען א מענטש איז פרייליך קען ער טראכטן גראד און ער קען ארויס גיין פון זיין פארמאכטקייט; דיינע קינדער וועלן זיך שנעלער אנטוויקלען אז דו וועסט טאנצן מיט זיי, דאס אנגעצויגנקייט לאזט זיי נישט טראכטן, עס פארמאכט זיי וכו'. טאנץ און זינג אין שטוב מיט שמחה, וועט אלעס איבערגעדרייט ווערן לטובה.
דו דארפסט נישט דערציילן פאר דיין מאמע יעדע זאך וואס דיין ווייב רעדט אויף איר, און זיכער נישט איבער זאגן פאר דיין ווייב וואס דיין מאמע און דיין שוועסטער וכו' זאגן אויף איר וכו'; אביסל שכל מעגסטו נאך האבן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אויף דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, אז ווען זיין מאמע פלעגט אריין קומען צו אים אין צימער און אנגעפאנגען רעדן צו אים אנטקעגן זיין ווייב כל דבר אסור, איז דער הייליגער רבי מרדכי'לע זי"ע געזיצן און איר אויסגעהערט, און ווען זי איז ארויס געגאנגען האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און צוריק געגאנגען לערנען. שפעטער ווען די רעביצין איז אריינגעקומען האט זי אנגעהויבן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א דאס מיט א יענץ", און זי האט געשריגן און געשריגן, ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיטן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער אויסגעשאקלט זיין קאפל און זיך צוריק געזעצט לערנען; דאס זאלסטו טון, טראג נישט און ברענג נישט קיין שום שלעכטע דיבורים.
וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארציגער חבר; ווער עס הערט אויס דעם רבינ'ס עצות און לעבט מיט דעם - דער לעבט א חיים טובים. עס פעלט אים גארנישט - נישט די וועלט און נישט יענע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.