מכתב יומי

כד אב תשפ"ב

August 21 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד אנשי שלומינו היקרים, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


היינט, מארגן און איבערמארגן שטעלט "בית פיגא" פאר די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), די תלמידות בית פיגא מאכן א שיינעם פארשטעלונג (פלע"י), עס איז כדאי דיין ווייב און דיינע טעכטער זאלן קומען דאס קוקן.


ביי די פלע"י קען מען אביסל כאפן די חילוק פון בית פיגא; די לימודים, די אויפפירונג; די לעבן איז אינגאנצן אנדערש, מען לעבט מיט אמונה, מען אטעמט אמונה.


ברענג דיין משפחה צו די פלע"י, ברענג דיינע עלטערן, דיינע געשוויסטער; עס איז נישט סתם א פלע"י וואס מען ווייסט נישט פארוואס מען קומט און מען ווייסט נישט מיט וואס מען גייט אהיים, עס איז איין שטיק יראת שמים, איין שטיק הייליגקייט, מעשיות וואס וועקט אויף פון שלאף; די מעשה האט דער רבי דערציילט.


בנוגע די שטעטל; איך בין שוין דא דעם זומער אכט וואכן, וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז א תענוג און א נחת רוח צו זיין דא, א פלאץ פון תורה ותפילה, א פלאץ פון חסד, א פלאץ פון שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


...


כאפ זיך צוריק מיט'ן לערנען און דאווענען, גיי יעצט צום גמרא, לערן דעם בלאט גמרא.