מכתב יומי
כג אדר א' תשפ"ב
February 24 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
טו אלעס אין די וועלט אז דו זאלסט האבן שלום בית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ט, ט): "גָּדוֹל שָׁלוֹם, שֶׁשֵּׁם הַגָּדוֹל שֶׁנִּכְתַּב בִּקְדֻשָּׁה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִמָּחֶה בַּמַּיִם כְּדֵי לְהַטִּיל שָׁלוֹם בֵּין אִישׁ לְאִשְׁתּוֹ", ביים אייבערשטן איז אזוי חשוב עס זאל זיין שלום, אז דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה מען זאל אויסמעקן זיין הייליגע נאמען אבי עס זאל זיין שלום צווישן מאן און ווייב; איז דאך זיכער אז מען דארף אויסמעקן דעם אייגענעם נאמען אבי עס זאל זיין שלום.
קלאפ ארויס פון קאפ די נארישע געדאנקען פון אנטלויפן וכו'; ווי ביטער עס איז דיר יעצט - וועט דיר זיין אסאך ביטערער אליינס.
היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור; עס איז זייער וויכטיג צו קומען זיך מחזק זיין, הערן נאכאמאל די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. אפילו מען ווייסט אלעס און מען טוט אלעס - איז זייער וויכטיג צו קומען הערן די התחזקות, איך וויל זייער דו זאלסט קומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.