מכתב יומי

כד אדר ב' תשע"ט

March 31 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז דו האסט אזוי שיין חתונה געהאט; איז יעצט שוין צייט זאלסט אנהייבן לעבן מיט תכלית. דו האסט א וואוילע ווייב, זאלסטו מיט איר לעבן און מיט איר זאלסטו פארברענגען וכו'. לאז אפ דיינע חברים; גיי נישט ארויס פארברענגען מיט זיי, גיי נאר מיט דיין ווייב. א בחור און א מיידל זענען צוגעוואוינט פון פאר די חתונה צו לעבן מיט חברים; מען פארט, מען קומט, מען גייט און מען רעדט - אלעס מיט חברים, אבער איינמאל מען האט חתונה געזעגנט מען זיך פון אלע בעסטע חברים און מען הייבט אן לעבן אן אמת'ע לעבן מיט די ווייב - אן קיינעם.


מאך דיר א שיעור אין ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן; אפילו אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט זאלסטו גיין כסדרן, זאגן די ווערטער פונעם הייליגן ספר וועסטו זוכה זיין צו א נייע לעבן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט דעם ספר ליקוטי מוהר"ן; נאך האט דער רבי געזאגט: "מִי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכער איד. מיט דעם לשון האט דער רבי געזאגט: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".


הייב אן מיט א פרישקייט און באניי זיך; מאך זיך שיעורים אין דעם רבינ'ס ספרים, דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם שלעכטס. רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר א יונגערמאן: "יונגערמאן, לערן אסאך ליקוטי מוהר"ן! ווייל א גוף וואס האט געלערנט ליקוטי מוהר"ן וועלן די ווערים נישט צוקומען". נאך האט רבי נתן געזאגט בעפאר זיין הסתלקות: "אפילו דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן אין רבי'ן וועט ער האבן א תיקון". זעט מען פון דעם אז דער רבי האט א כח צו העלפן יעדן איינעם.


עס נאך געבליבן בלויז געציילטע באנגעלאוס פארן זוממער ביי אונז אין קעמפ 'מחנה היכל הקודש'; אז דו ווילסט הנאה האבן און זיין אין 'גן עדן התחתון' פאר צען וואכן צוזאמען מיט תלמידי היכל הקודש, רוף שוין אן האברך ... נרו יאיר וואס האט גענומען אויף זיך די עול פונעם קעמפ אז מיר זאלן קענען זיין בצוותא חדא, א חבורה פון משפחות וואס לעבן מיטן אייבערשטן. עס איז נישט דא גענוג באנגעלאוס פאר אלע משפחות, ווייל עס ווערן נתרבה יעדעס יאר נאך און נאך תלמידים כן ירבו, דעריבער זאלסטו זיך שוין איינמעלדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו ברענגען משיח, אזוי ווי עס שטייט (זוהר חדש, פרשת נח, דף ל.): "דְּאִי יַחְזְרוּן בִּתְשׁוּבָה רֵישֵׁי כְּנִישְׁתָּא, אוֹ חָדָא כְּנִישְׁתָּא, בִּזְכוּתָם יִתְכְּנֵשׁ כָּל גָּלוּתָא"; אויב איין קהלה אדער איין בית המדרש וועלן זיך האלטן אין איינעם, מען וועט תשובה טון און דינען דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער ברענגען משיח צדקינו במהרה בימנו, אמן.


א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


א' פרשת תזריע, כ"ד אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אז עס דרוקט דיר דיינע חובות וכו' און דו שפירסט ווי דו קענסט מער נישט וכו', דו טראכסט מחשבות פון וכו'; בעט איך דיר, פרוביר נאך די עצה פון רבי'ן; גיי אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און קיינער וועט נישט הערן וואס דו רעדסט און זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך קען נישט מער! אייבערשטער איך האלט מער נישט אויס! אייבערשטער, איך שפיר ווי עפעס גייט פאסירן מיט מיר פון די חובות וואס דרוקן מיר אזוי שטארק"; בלייב דארט און וויין צו אים, זאג פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק עס באדערט דיר אז דו קענסט נישט אהיים ברענגען געלט פאר דיין ווייב און קינדער. יעצט פאר פסח דארפסטו דאך האבן אסאך געלט פאר רייניגן די שטוב, איינקויפן עסן, מצות וכו' וכו', געלט פאר קליידער און שיך פאר דיר, דיין ווייב און קינדער.


שמועס אויס מיט'ן אייבערשטן יעדע איינציגסטע הוצאה (עקספענס); דער אייבערשטער וועט הערן דיין געבעט און דו וועסט זען א גרויסע נס. ווייל אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת בלק, קצה.) אז ווען אן ארימאן קומט צום אייבערשטן און בעט אויף פרנסה, ער טענה'ט מיט'ן אייבערשטן פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה; זיין ווייב און קינדער ווארטן אויף עסן און ער האט זיי נישט וואס צו געבן, זאגט דער זוהר הקדוש אז די תפילה איז חשוב'ער ביים אייבערשטן מער פון אלע תפילות, עיין שם.


דאס איז 'דביקות צום אייבערשטן'; ווען מען בעט אים אויף א זאך וואס מען דארף זייער שטארק און עס טוט וויי - דאס איז 'דביקות בהשם יתברך'. מענטשן מיינען אז ווען מען בעט אויף גשמיות איז דאס נישט קיין עבודת השם, אבער באמת איז עס נישט אזוי, נאר ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס מען דארף - דאס איז די העכסטע מדריגה.


מיטוואך נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור פאר די פרויען; איך האב זייער וויכטיגע זאכן איבערצוגעבן. זאלסטו שוין אויסרעכענען אז דו זאלסט קענען בלייבן אין שטוב כדי דיין ווייב זאל קענען קומען הערן די שיעור.


א גוטע נאכט.