מכתב יומי

כד אדר תשע"ח

March 11 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין און זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה – חַיָּיו חַיִּים, וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", ווער עס האט אמונה - דער לעבט א גוט לעבן און ער פארברענגט זיינע טעג און יארן נאר מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם גַּם־כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ער ליידט יסורין חס ושלום - איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף־עַל־פִּי־כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה, דער מענטש האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים עפעס שלעכטס האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל־יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה האט א שיינע זיסע לעבן.


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זינגען: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָנָא אֶמְּצָאֶךָ, אַוואוּ טַאטֶע זִיסֶער קֶען אִיךְ דִיר גֶעפוּנֶען? וְאָנָּא לֹא אֶמְּצָאֶךָ, אוּן אַוואוּ טַאטֶע זִיסֶער קֶען אִיךְ דִיר נִישְׁט גֶעפוּנֶען? אַז סְ'אִיז גוּט - אִיז דָאךְ דוּ, אוּן אַז חָלִילָה פַארְקֶערְט - אִיז דָאךְ וַוייטֶער דוּ, אוּן אַז סְ'אִיז דוּ - אִיז דָאךְ גוּט, אוּן אַז סְ'אִיז גוּט - אִיז דָאךְ וַוייטֶער דוּ, קוּמְט אוֹיס אַז שְׁטֶענְדִיג אִיז דוּ, דוּ אוּן נָאכְאַמָאל דוּ", כדי אריין צו ברענגען אמונה אין אידישע קינדער, חזר'ן מיט זיי אמונה אין בורא כל עולמים; ווייל דער מענטש וואס לעבט מיט אמונה איז שטענדיג פרייליך, ער קוקט אויס ווי איינער וואס האלט נאך א גוטע שלאף, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לה): אמונה איז אזוי ווי איינער וואס שלאפט, דער וואס האט אמונה האט אן אויסגערוהטער מח.


היינט הייבן מיר אן ספר ויקרא; כאפ זיך מיט און הייב אן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, ווארט נישט אויף סוף וואך. אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איז מען פארזיכערט אז מען וועט האבן הצלחה.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו 'אשר בנחל' שם גורלינו; מיר האבן א רבי וואס מאכט אונז לערנען און דאווענען און מיר זענען זוכה זיך נישט צו לאזן נארן. שבת האבן מיר געשריגן: "חזק, חזק, ונתחזק" מיט אזא שמחה, מיר האבן זיך געפרייט אז מיר האבן יעדן טאג געלערנט חומש פאר צען גאנצע וואכן. ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.