מכתב יומי

כג אדר תשפ

March 19 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויף זיך און אויף דיין משפחה, זאלסט פאלגן וואס די רעגירונג הייסט; דריי זיך נישט אין פלעצער מיט אסאך מענטשן ביז דער אייבערשטער וועט העלפן עס וועט קומען א רפואה און א ישועה.


געב אכטונג נישט צו הערן קיין שום נייעס אז דו זאלסט נישט אריינפאלן אין קיין שרעק, ווייל די סכנה פון די שרעק איז ערגער פון די מחלה זעלבסט. אפילו מען דארף יעצט זיין אין שטוב וכו' מען קען נישט גיין צווישן אסאך מענטשן דארף מען זיין פרייליך און זיך האלטן שטארק באמונה פשוטה, ווייל די שרעק דאס איז ערגער פון די מחלה.


דער הייליגער בן איש חי זכותו יגן עלינו ברענגט א מעשה פלא (בן יהוידע בבא קמא, דף ס מדפי הגמרא) וואס האט פאסירט, אמאל איז געווען א שווערע עפידעמיע, עס איז געווען א מגיפה, א מחלה מיט'ן נאמען קוליר"ע. פאר די מחלה האט זיך פארשפרייט האט איינער געטראפן דעם משחית וואס איז געווען געשטעלט אריין צו ברענגען די קרענק, ער האט געפרעגט די משחית וויפיל מענטשן ער גייט הרג'נען דורך די קרענק קוליר"ע, האט ער געזאגט פינף טויזנט מענטשן, למעשה זענען גע'הרג'ט געווארן פופצן טויזנט נפשות דורך די מחלה קוליר"ע, שפעטער האט מען געפרעגט דעם משחית: "פארוואס זאגסטו ליגנט? האסט געזאגט אז דו גייסט הרג'נען מיט די קוליר"ע פינף טויזנט מענטשן, למעשה האסטו גע'הרג'ט פופצן טויזנט מענטשן?" האט דער משחית געענטפערט: "איך האב נאר גע'הרג'ט מיט מיין שווערד קוליר"ע פינף טויזנט מענטשן, די איבעריגע צען טויזנט זענען געשטארבן פון שרעק און פאניק". דער בן איש חי זאגט (שם): "ווען עס הערשט א מגיפה זאל מען אנטלויפן פון הערן און זען, מען זאל נישט ווערן דערשראקן".


היינט נאכט וועט נישט פארקומען דער וועכנטליכער שיעור אין ישיבה, דער שיעור וועט פארקומען אויפ'ן טעלעפאן, מען וועט דאס קענען מיט האלטן אויף קול ברסלב.


שבת וועט מען נישט קענען דאווענען מיט'ן גאנצן עולם, מען וועט זיך מוזן צעטיילן אין קליינע מנינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט; יעצט זעען אלע וואס דאס וויכטיגסטע זאך אין לעבן איז, מענטשן ווילן גארנישט, מענטשן דארפן גארנישט, מענטשן ווילן איין זאך: מען וויל זיין געזונט. מען רעדט נישט פון קיין שום אנדערע זאך, נישט דא קיין נייעס, נישט דא קיין מלחמות, נישט דא גארנישט עפעס אנדערש נאר איין זאך, מענטשן ווילן זיין געזונט; דארפסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו מיט דיין משפחה זענען געזונט און שטארק.


איך בעט דיר זייער, מען דארף טאקע זיין איינגעשפארט אין שטוב, מען דארף אכטונג געבן נישט איבערצונעמען חס ושלום די מחלות, אבער מען טאר נישט זיין אין פחד, מען טאר נישט זיין דערשראקן; מען דארף געדענקען און וויסן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס און גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליין, אלעס איז מיט א פונקטליכער חשבון, אלעס פירט ער אליינס.


פארברענג מיט דיינע קינדער אין שטוב; זארג נישט, די ישועה איז שוין דא, עס קומט שוין אט אט גרויסע ניסים, מען ווארט פשוט אז יעדער איינער זאל זיך עפענען דאס מויל און זאגן א ווארט, מען זאל געבן א שריי: "טאטע, האב רחמנות אויף אידישע קינדער, האב רחמנות אויף אלע חולי ישראל זאלן האבן א רפואה שלימה", ווען אלע וועלן עפענען דאס מויל, אלע וועלן וויסן אז עס איז דא נאר איין אדרעסס, עס איז דא נאר איין פלאץ צו ווערן געהאלפן, נאר ביים אייבערשטן אליינס, דעמאלט קומט די ישועה.


זאג דיין ווייב און קינדער זיי זאלן נישט רופן הערן נייעס.