מכתב יומי

כג אייר תשע"ח

May 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי איז אונז מחי' ומחזק אז מיר זאלן נישט אויפגעבן, נאר מיר זאלן אנגיין מיט אונזערע גוטע מעשים. אפילו ווען עס דאכט זיך אז מען האט אלעס פארלוירן לערנט אונז דער רבי אז מיר זאלן ווייטער דאווענען און לערנען פארן אייבערשטן אליינס.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן מח): אמאל האט דער הייליגער בעל שם טוב זכר צדיק לברכה געהערט אז ער האט פארלוירן זיין גאנצע עולם הבא, ער איז ער געווארן זייער צעבראכן דערפון און ער האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחי' צו זיין, האט ער זיך אנגערופן: "אֲנִי אוֹהֵב אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", איך האב ליב דעם אייבערשטן אפילו איך וועל נישט האבן קיין עולם הבא! "וְכָל אָדָם אֲפִלּוּ אִישׁ פָּשׁוּט, אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי־אִם כְּשֶׁיָּכוֹל לַעֲמֹד בַּכֹּל כַּנַּ"ל", זאגט דער רבי אז יעדער איד וואס וויל דינען דעם אייבערשטן דארף זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מען וועט נישט באקומען קיין שום שכר - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד.


"וַאֲפִלּוּ בְּיוֹם אֶחָד צָרִיךְ לְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ כַּמָּה פְּעָמִים, וּלְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ כַּנַּ"ל, עַד אֲשֶׁר יִזְכֶּה בִּרְבוֹת הַיָּמִים לֵילֵךְ בְּדַרְכֵי ה' כְּסֵדֶר, אָמֵן", יעדן איינציגסטן טאג דארף מען זיך נאכאמאל באנייען, און אפילו מען האט פראבירט אנצוהייבן און מען איז אראפגעפאלן דארף מען זיך האלטן אין איין מחדש זיין און זיך אויפהייבן אפילו אסאך מאל אינעם זעלבן טאג, ביז מען איז זוכה צו מצליח זיין.


ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען אן די חיזוק וואס דער רבי האלט אונז אין איין אריינגעבן; דער רבי לאזט נישט פאלן, ער לאזט נישט אויפגעבן. אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!


זיי געזונט און שטארק.