מכתב יומי

כב אייר תשע"ט

May 27 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פארוואס זאלסטו נישט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא? דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם שלעכטס און דאס וועט דיר צוריק ברענגען אויפן דרך הישר. אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא, די אויגן שווינדלען דיר ווען דו קוקסט אין איר, זאלסטו זאגן די ווערטער ווי א תם, בתמימות ופשיטות.


זיי נישט קיין בטלן און הייב יעצט אן לערנען גמרא, עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג און נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


שטארק זיך אויף אלע שוועריקייטן און ווער נישט צעבראכן דערפון; פארקערט, נעם דאס פאר א חיזוק אז דו ביסט פון די קדושה, ווייל ווען אלעס גייט גרינג וכו' איז נישט קיין גוטע סימן.


אין די תקופה ווען מוהרא"ש האט נישט געקענט זיין אין ארץ ישראל, ווייל די ערב רב האבן אים געוואלט איינזעצן אין תפיסה איז מוהרא"ש אמאל געווען אין קרית יואל ביים ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו וואו ער האט זייער געוויינט אויף דעם וואס ער האט אזויפיל רדיפות וכו', שפעטער ביינאכט האט זיך מוהרא"ש גע'חלומ'ט ווי ער שטייט פאר'ן רבי'ן פון סאטמער זי"ע און פארציילט אים פון זיינע רדיפות, און דער רבי זי"ע האט אים געזאגט: "דאס דארף דיר מחזק זיין, אז דו זעסט ווי שווער עס גייט דיר יעדע זאך איז דאס א סימן אז דו ביסט פון די קדושה. ווען עס וואלט דיר אלעס געגאנגען גרינגערהייט וואלט מען געקענט טראכטן אויף דיר אז דו ביסט נישט פון די קדושה"; מוהרא"ש האט זיך אויפגעוועקט און זיך זייער מחזק געווען. פארשטיי פון דעם רמזים ווי אזוי דו זאלסט זיך מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט פארגעסן וואס דער רבי האט דיר געגעבן.


דער הייליגער רבי נתן פלעגט זאגן: "דער רבי געבט אונז אזעלכע שיינע זאכן, ער ברענגט אונז צו אלע מדריגות, ער ברענגט אונז צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה וכו' וכו', אבער דער יצר הרע קומט און מאכט מען זאל פארגעסן וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן, אזוי ווי עס שטייט ביי יוסף (בראשית מא, ל): 'וְנִשְׁכַּח כָּל הַשָּׂבָע'"; דער פראבלעם איז: "וְנִשְׁכַּח כָּל הַשָּׂבָע", ער פלעגט דאס זאגן מיט א ניגון: "וְנִשְׁכַּח, מיר פארגעסן דאס גוטס פון צדיק".


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל שטענדיג האבן א געפיל אין רבי'ן און מען זאל בלייבן מיט'ן זעלבן ברען ווי ווען מען איז מקורב געווארן, ווייל דער יצר הרע קילט אפ דעם מענטש און קיינער איז נישט פארזיכערט צו בלייבן ביים רבי'ן פריש און געטריי, נאר אז מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל געדענקען וואס דער רבי האט מיט מיר געטון, איך זאל נישט פארגעסן אלע גוטס וואס איך האב גענומען פון רבי'ן"; דאס זאלסטו בעטן יעדן טאג.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר ווייטער פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן פאר די וועלט; איך ווייס אז עס איז דיר שווער, און דו האסט חלישות הדעת וכו' וכו'. אויף מיר גייט אויך אריבער כהנה וכהנה, שווערע ביטערע נסיונות; אבער איך האב ביי מיר אפגעמאכט "זאל זיין וואס זאל זיין, יעבור עלי מה, איך וועל נישט אפלאזן דעם רבי'ן; איך וועל בלייבן געטריי פאר מוהרא"ש און ווייטער פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט אלעמען און האט עצות פאר אלעמען".


דער רבי האט אמאל פארציילט א מעשה אז א קעניג איז געגאנגען אין וואלד כאפן א הערש, אינמיטן האט מען געזען ווי עס קומען צו גיין שווארצע וואלקענס און אט אט גייט גיין אנפאלן א שטארקע רעגן, אלע מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן אנגעפאנגען קווענקלען צי מען זאל ממשיך זיין צי נישט, האט דער קעניג געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין", האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה און געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל קען צוריקגיין".


היינט האבן מיר געהאט א סיום הש"ס פון א יונגע בחור פון דרייצן יאר; גלייב מיר דער בחור האט שווערע ביטערע נסיונות, ער קומט פון א הערליכע משפחה און פלוצלינג אינמיטן זיינע שענסטע יארן איז אים טונקל געווארן, דער טאטע האט נעבעך באקומען שלעכטע חברים וואס האבן אים אפגעקילט וכו' ביז די גאנצע משפחה איז צעפאלן, מיט זיינע שווערע ביטערע טעג האט ער זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.


זאלסטו אויך אנהייבן היינט ש"ס כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). אלע לאכן פון זאגן, מען שפעט אפ פון זאגן אז דאס איז נישט קיין לערנען; אבער לאכן, לאכט דער וואס לאכט ביים סוף. נאך אביסל ווען עס וועט קומט דער מלאך מיט די טויזנט אויגן און אונז אהיים רופן, דעמאלט וועט מען זען דאס גרויסקייט פון דער וואס האט געפאלגט דעם רבי'ן מיט תמימות ופשיטות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש רבה פקודי נב, ג) אויפן פסוק (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן" – 'ביום האחרון' ביים לעצטן טאג, דעמאלט וועסטו זען צי דו קענסט לאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.