מכתב יומי
כג אייר תשע"ט
May 28 2019
‹ ›[די ביינאכט און *בחורים* בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער טייערער הארציגער ליבער ברודער: דאוון נישט אין שטוב ביחידות נאר גיי אין שול דאווענען מיט מנין, דורכדעם וועסטו גורם זיין א שמחה אויבן אין הימל.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "בְּשָׁעָה שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא מָצָא בָּהּ עֲשָׂרָה - מִיָּד הוּא כּוֹעֵס, שֶּׁנֶּאֱמַר (ישעיה נ, ב): 'מַדּוּעַ בָּאתִי וְאֵין אִישׁ, קָרָאתִי וְאֵין עוֹנֶה'", ווען דער אייבערשטער קומט אין שול אין זעט אז עס איז נישט דא קיין מנין ווערט דער אייבערשטער בכעס; זעט מען פון דעם דאס פארקערטע אויך, אז ווען דער אייבערשטער קומט אין שול און זעט ווי מען דאוונט מיט מנין, האט דער אייבערשטער פון דעם א נחת רוח.
ווען מען דאוונט מיט מנין ווערן אנגענומען די תפילות - נישט קיין חילוק ווי אזוי מען דאוונט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:) אויפן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן" ווען איז אן עת רצון? "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען דער ציבור דאוונט; בעט איך דיר: גיי יעדן טאג אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין.
נאכן דאווענען זאלסטו מקפיד זיין אויף פת שחרית; אנשי שלומינו ברסלב'ע חסידים זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכן דאווענען. ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיט'ן פארלערנען פאר תלמידים; זאלסטו פון היינט און ווייטער מקפיד זיין זיך צו וואשן יעדן אינדערפרי תיכף נאך שחרית און זאלסט בענטשן אין א בענטשער, וואס דאס איז מסוגל צו עשירות.
עס זעט דיר אויס ווי פשוט'ע זאכן אבער דאס איז ביים רבי'ן דער עיקר אידישקייט; אז דו וועסט דאס פאלגן וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.
מארגן וועט זיין אם ירצה ה' א פרויען צוזאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך אויפפרישן.
איך דארף יעצט האבן מזומן צו שיקן קיין אומאן; אויב דו קענסט מיר העלפן, פארבינד זיך מיט הבחור ... נרו יאיר וועלכער וועט דיר געבן א טשעק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער: קוק נישט קיין מאוויס; עס איז נישט גוט פאר דיר, עס וועט דיר קאליע מאכן דיין לעבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. איך מיין נאר דיין טובה, מאוויס הרג'ט דעם מענטש; גלייב מיר אז איך מיין נאר דיין טובה.
פארברענג מיט דיין ווייב; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א וואוילע ווייב, פארוואס זאלסטו זוכן ארויס צו גיין פון שטוב פארברענגען מיט מענטשן וואס דארפן דיר נישט און מיינען נישט דיין גוטס? ענדערש רעד מיט דיין ווייב און העלף איר מיט די שטוב ארבעט וועט דיר דער אייבערשטער געבן גרויס שפע.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "עִיקָר הָעֲשִׁירוּת בָּאָה בִּזְכוּת הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות קומט בזכות די ווייב.
הלואי וועסטו מיר פאלגן אז דו וועסט אוועק ווארפן וכו' און אויפהערן קוקן די עקלדיגע מאווי"ס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד תלמידי הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
איך בעט דיר זייער: קוק נישט קיין מאוויס; עס איז נישט גוט פאר דיר, עס וועט דיר קאליע מאכן דיין לעבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. איך מיין נאר דיין טובה, מאוויס הרג'ט דעם מענטש; גלייב מיר אז איך מיין נאר דיין טובה.
נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און אז דו וועסט נישט קוקן קיין מאווי"ס וועט דיר זיין שענער און בעסער דיין לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער מאכט שידוכים לויט ווי אזוי דער מענטש איז, ווייל (מכות י:): "בְּדֶּרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", אויף דעם וועג וואס א מענטש וויל גיין - אויף דעם וועג פירט מען אים. אז דו וועסט נישט קוקן קיין שלעכטס וועסטו זוכה זיין צו טרעפן אן ערליכע מיידל, א מיידל מיט ריינע אויגן וואס קוקט נישט קיין מאווי"ס.
ליידער ליידער קומען צו מיר יונגעלייט וויינען אז זייער ווייב איז צוגעקלעבט צום טעלעפאון נאך פון אלץ מיידל, שטילערהייט האבן זייער אסאך מיידלעך טעלעפאונס וואס איז אפן צו נישט גוטע זאכן. בעט איך דיר דו זאלסט אויפהערן קוקן מאוויס וכדומה, וועסטו טרעפן א ערליכע וואוילע מיידל.
הלואי וועסטו מיר פאלגן אז דו וועסט אוועק ווארפן וכו' און אויפהערן קוקן די עקלדיגע מאווי"ס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.