מכתב יומי

כג אלול תשע"ז

September 14 2017

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"ג אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דיינע שיעורים - אביסל מקרא, משנה, גמרא, און הלכה וכו'. דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ביי חסידים איז דער עיקר 'תפילה', און ביי די ליטווישע איז דער עיקר 'תורה', און דער רבי האט גענומען ביידע - סיי תורה און סיי תפילה, וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן דער עיקר, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם? וואס האט א מענטש צו טוהן אויף דער וועלט? אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל, וְלִלְמֹד, וּלְהִתְפַּלֵּל", נאר דאווענען און לערנען און דאוונען". דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך. זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט, און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה ותפילה ויראת שמים. דערפאר זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג, און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - דאך זאלסטו זאגן די ווערטער, ווייל די ווערטער פון תורה וואשט אפ דעם מענטש אינגאנצן פון זיין שלעכסט.


קיינער זאל דיר נישט איינרעדן אז ברסלב'ער חסידות שטייט איין ביי דעם אדער ביי יענעם, ווייל כדי צו זיין א ברסלב'ער חסיד דארף מען לערנען דעם הייליגן רבי'נס ספרים און מען דארף דאס קענען ישר והפך. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", אז די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק געפונט זיך אין זיינע ספרים; ממילא, איינער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים פון רבי'ן האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא עַם הָאָרֶץ חָסִיד", איינער וואס לערנט נישט תורה קען נישט זיין קיין חסיד; אזוי אויך איינער וואס לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים, ווי אזוי קען ער זיך פארופן א ברסלב'ער חסיד.


דער רבי האט אונז איבערגעלאזט פינף הייליגע ספרים: ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, סיפורי מעשיות און ספר המידות; דאס דארף מען לערנען און חזר'ן אן אן אויפהער, ביז עס וועט אונז ליגן אין די בלוט. יעדער איד וויל תשובה טון, און מען זוכט ווי אזוי קען מען ווערן נאנט צום אייבערשטן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיינע ספרים. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן"; דערפאר אז דו ווילסט תשובה טון, דו ווילסט זיך אומקערן צום אייבערשטן, און דו זוכסט א וועג ווי אזוי צו ווערן אן ערליכער איד; מאך דיר א שיעור אין רבינ'ס ספרים, וועסטו ווערן אן ערליכע איד.


זע צו זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג, בפרט יעצט חודש אלול ווען מיר טוען תשובה, ווייל תהלים איז מסוגל אז מען זאל קענען תשובה טון, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון, זאל זאגן תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.