מכתב יומי
כג אלול תשע"ח
September 03 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
טייערער ליבער חבר, הארציגער ברודער: פארליר דיך נישט! אפילו עס זעט אויס ווי עס איז עק וועלט, דו זעסט נישט קיין וועג ארויס פון דיין צרה, אלעס איז טונקל אלעס איז פארמאכט - נעם דעם אייבערשטן ער זאל דיר ליכטיג מאכן. אזוי ווי עס שטייט (מיכה ז, ח): "כִּי אֵשֵׁב בַּחֹשֶׁךְ ה' אוֹר לִי", ווען איך זיץ אין פינסטערניש מאכט מיר דער אייבערשטער ליכטיג.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות ד.): רבי חייא און רבי שמעון בן חלפתא זענען געווען איין נאכט אין בקעת ארבל - א דערפל נעבן טבריה, פלוצלינג האבן זיי געזען ווי עס הייבט אן טאגן, האט רבי חייא זיך אנגערופן פאר רבי שמעון בן חלפתא: "כָּךְ הִיא גְאוּלָּתָן שֶׁל יִשְׂרָאֵל", אזוי העלפט דער אייבערשטער אידישע קינדער, "בַּתְּחִלָּה קִימְאָה קִימְאָה, כָּל מַה שֶׁהִיא הוֹלֶכֶת הִיא רַבָּה וְהוֹלֶכֶת", קודם ווערט אביסל ליכטיג און צוביסלעך ווערט מער און מער ליכטיג. ביינאכט זעט אויס ווי אלעס איז פינסטער און שווארץ ביז דער פרי מארגן קומט אן, עס הייבט אן ווערן ליכטיג און דער טונקלקייט גייט אוועק; אזוי העלפט דער אייבערשטער אידישע קינדער.
ברודער, דראפע דיך און דערהאלט זיך! מיר פארן דאך יעצט צום רבי'ן, וועלן מיר דארט אויס פועל'ן גרויסע ישועות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק ד, הלכה א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה", מיט אסאך תפילה ווערט מען געהאלפן; בפרט ווען מען גייט אויף קברי צדיקים קען מען פועל'ן ישועות און אלעס גוטס.
זע צו קויפן פאר דיין ווייב א שיינע מתנה לכבוד יום טוב.
מארגן וועט אם ירצה ה' פארקומען פאר די פרויען א צוזאמקום אין ישיבה, זיך מחזק זיין און זיך שטארקן איינער דעם צווייטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.