מכתב יומי

כג אלול תשע"ט

September 23 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט אין חודש אלול איז איינגעפירט ביי אלע אידן צו זאגן תיקוני זוהר, זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו זאגן יעדן טאג אביסל תיקונים; דאס וואשט אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


א איד איז געקומען צום הייליגן אריז"ל בעטן א תיקון אויף זיינע עבירות; דער איד איז שוין נעבעך געווען איינגעזינקען אין שאול תחתית ומתחתיו, ער האט עובר געווען אויף כריתות ומיתות בית דין רחמנא לצלן, האט אים דער הייליגער אריז"ל געגעבן א תיקון ער זאל יעדן טאג זאגן פינף דפים תיקוני זוהר, דער איד האט דאס מקיים געווען און איז געווארן א בעל תשובה און א גרויסער צדיק; ווייל די ווערטער פון זוהר איז אזוי הייליג אז דער מענטש וואס זאגט נאר די ווערטער ווערט אינגאנצן טהור.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף שטענדיג קוקן וואס זענען די רווחים ברוחניות. אזוי ווי בגשמיות ווען א מענטש האט א ביזנעס דארף ער זיך שטענדיג נאכפרעגן ביים בוכהאלטער צי די ביזנעס פארדינט אדער דערלייגט, אזוי און נאך מער דארף מען זיך כסדר בודק זיין: 'וואס טו איך אויף דער וועלט?' 'אפשר נַאר איך זיך?' און זען זיך טאקע נישט צו לאזן נארן.


וואס בלייבט פונעם מענטש? וואס וועלן מיר מיט נעמען ווען מען וועט אונז אוועק לייגן אין בית החיים? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן און אים דערציילן יעדע זאך וועט אים דאס באגלייטן אויף אייביג; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דאס גע'חזר'ט זיין גאנצע לעבן און דאס שטייט אין אלע זיינע ספרים; א מענטש זאל וויסן אז ער האט נישט קיינעם אויף די וועלט - נאר דעם אייבערשטן! און ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען נענטער צו אים; נאר דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


היינט נאכט איז דא א פרויען צוזאמקום אין ישיבה, איך בעט דיר זייער בלייב אין שטוב און העלף אכטונג געבן אויף די קינדער כדי דיין ווייב זאל קענען גיין הנאה האבן פון די פארברענג; עס וועט זיין א שיעור און אויך א שיינע פארשטעלונג דורך חשוב'ע פרויען פון אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.