מכתב יומי

כג אלול תשפ"ב

September 19 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מארגן פארן מיר צום הייליגן רבי'ן, זיין ראש השנה אין אומאן. איך וויל דיר דערמאנען זאלסט זיך פירן ביים ציון מיט גרויס דרך ארץ; עס קומען צום רבי'ן אלע סארט מענטשן, נישט אלע ווייסן ווי אזוי זיך צו פירן ביי א ציון פון א צדיק, עס זענען דא וואס טאנצן וכו' וכו'; דארף מען וויסן, ווען מען קומט צום רבינ'ס ציון דארף מען שטיין מיט גרויס דרך ארץ, נישטא קיין שמועסן ביים ציון; ביים ציון איז דא נאר איין זאך: "תפילה והתבודדות".


איך וויל דיר בעטן זאלסט פאר מיר אויך בעטן ביים ציון און א גאנץ ראש השנה, זיי מיך מזכיר לטובה, דערצייל פאר'ן אייבערשטן א גוטע זאך אויף מיר, איך דארף דיינע תפילות.


שפרינג אריבער אלע מניעות און קום צום רבי'ן, די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיינע עלטערן איז קומען קיין אומאן. איינער האט געפרעגט מוהרא"ש וואס ער זאל טון, זיין מאמע איז אוועק און ער דארף זיצן שבעה, אויב ער זאל קומען קיין אומאן אדער נישט. מוהרא"ש האט אים געענטפערט: "איך קען דיר נישט זאגן קום קיין אומאן (אזוי ווי דער רבי זאגט [חיי מוהר"ן, סימן תו] מען קען נישט זאגן פאר א צווייטן מסירת נפש), אבער דאס קען איך דיר יא זאגן, אז דו וועסט קומען קיין אומאן וועסטו טון א גרויסע טובה פאר דיין מאמע'ס נשמה".


עס איז ענדערש אז דו פארסט מיט ערליכע חברים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ירושלמי שבת ב, ו): "השטן מקטרג על הדרך", אונטערוועגנס איז מען אין א סכנה, די אויגן איז אין א סכנה; ענדערש זיצן מיט אן ערליכער חבר און שמועסן פון רבי'ן ווי איידער זיצן אליינס און קוקן א ווידיאו פון עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים.


גיי נאך געלט, מען מעג גיין נאך געלט פאר הוצאת הנסיעה; גיי צאמנעמען געלט, איך וויל פון דיר לכל הפחות הונדערט דאלער, און די איבריגע זאל גיין פאר דיר פאר דיין נסיעה.


א כתיבה וחתימה טובה.