מכתב יומי
כג חשון תשע"ט
November 01 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וויפיל איך זאל דיר שרייבן וועגן דעם חומר הענין פון האבן אין שטוב א קאמפיוטער, סמארט-פאון וכו' איז נישט גענוג; דאס האט שוין ליידער חרוב געמאכט צענדליגער משפחות. א מענטש כאפט נישט אז ער מאכט זיך חרוב זיין שטוב מיט זיינע אייגענע הענט מיט דעם וואס ער ברענגט אריין אין שטוב א כלי וואס מען קען קוקן דערויף מאוויס וכדומה.
ווי שעמסטו זיך נישט צו האבן אן אפענעם סעלפאון וואו מען קען זען ניאוף און גילוי עריות רחמנא לצלן?! ווען מען האט אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט אדער אן אייפאד, סמארט-פאון וכו', קען מען דאך זען אלע שמוץ אויף די וועלט! דאס נעמט אוועק די גאנצע יראת שמים פון א מענטש, דאס קילט אפ די אמונה פון א איד און ברענגט אריין אין אים כפירות און אפיקורסות, און נאכדעם ווערט מען אינגאנצן אומגליקליך.
איך בעט דיר מיין טייערער..., איך וויין צו דיר מיין ליבער..., האלט נישט קיין סעלפאון וואס מען קען זען דערויף גארביטש רחמנא לצלן; ווען מען קוקט שמוציגע מאוויס וכו' ווערט מען צוגעקלעבט צו דעם און עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען דערפון; אזוי ווי די וואס זענען צוגעבינדן און עדיקטעד צו דראגס וכו' אדער צו אלקאהאל וכו' קענען זיך נישט אפרייסן דערפון, אזוי אויך דער וואס האט א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער א אייפאד, סמארט-פאון, טעבלעט וכו' און קוקט שמוציגע מאוויס וכו', דער ווערט אזוי צוגעקלעבט דערצו ביז עס איז אים שוין זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם. דער מח ווערט אינגאנצן אויסגעברענט פון די אלע עקלדיגע שמוציגע מאוויס, ביז מען פאלט אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן און נאכדעם הייבט מען אן צו האבן קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן. מען טאר אויף קיין שום פאל נישט האבן אין שטוב אן אפענעם קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אדער א סמארט-פאון וואס איז נישט געפילטערט.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין מה.): "אֵין יֵּצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶּה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", ווען מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט אויף שמוציגע בילדער, שמוציגע מאוויס, דורכדעם פאלט מען אראפ אין עבירות; וואויל איז דעם וואס האט שכל און פאלגט וואס אלע ערליכע אידן זאגן, ער האלט זיין שטוב ערליך און ריין, דער וועט זוכה זיין צו זען נחת ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.
וויפיל בריוו האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געשריבן צו תלמידי היכל הקודש ווי ער בעט זיך מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער, אויף אונזערע דורות און מיר זאלן נישט האבן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארט-פאון, אייפאד; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט ביי די שיעורים מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט סאשעל מידיע; מילא אז מען דארף עס פאר די ארבעט איז איין זאך, אבער אין שטוב איז נישט דא קיין שום תירוץ דאס צו האבן.
וואס טראכסטו, איך האב איבעריג צייט דיר צו שרייבן?! עס קומט מיר אן זייער שווער דיר צו שרייבן, נאר איך וויל דיר העלפן, איך מיין דיין גוטס, איך מיין דיין עתיד.
דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט באקומען שכל צו קענען מאכן דיין גוטע החלטה מער נישט צו האבן קיין שייכות מיט די זאכן, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.