מכתב יומי

כב חשון תשפ"ז

November 02 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שבת בין איך געווען אין שטעטל, עס איז געווען א ברית ביי משפחת הרב יעקב לעזער און ביי נחמן שמואל יאקאבאוויטש; איך בין געווען סנדק ביים ברית פון משפחת לעזער, אויך בין איך געגאנגען צום שלום זכר ביי זיי אין שטוב, און שפעטער אין שול ביי נחמן שמואל נרו יאיר, אויך איז געווען נאך א שלום זכר אין שול ביי ר' יושע סופר נרו יאיר, ער האט זיך יעצט ארויסגעצויגן אין שטעטל וואוינען. עס איז געווען א הערליכע שבת, אלע געסט, די זיידעס און דער מוהל; אלע האבן אזוי באוואונדערט די שיינע ערליכע קהילה, ווי אלע זענען אזוי פרייליך.


עס איז מיר געווען א שטיקל וואונדער אז נאנטע שכנים גייען נישט צו שמחות, זיך מיט פרייען מיט א שכן'ס שמחה און ווינטשן ברכות; איך האב געזאגט פאר א אינגערמאן: "עס איז מיר א וואונדער אז דיין שכן אין שטעטל האט געמאכט א וואך נאכט מיט א שלום זכר און דו ביסט נישט אריבער געגאנגען זאגן מזל טוב", זאגט ער מיר, ער האט פארשטאנען פון ספר עצתו אמונה אז א אינגערמאן דארף זיין אין שטוב פרייטאג צו נאכטס, איך האב אים געזאגט אז איך בין נייגעריג אויב ער איז כאטש אין שטוב; מען קען זיין אין שטוב און זיין ווייט ווייט וכו', זיין פארטיפט אין א ביכל, און נישט רעדן און נישט האבן מיט די ווייב, דאס מיינט נישט זיין אין שטוב, און אויך אז מען איז יא פרייליך - איז א שיינע זאך צו גיין צו שכנים ווינטשן מזל טוב און זיך פרייען מיט יענעמ'ס שמחה.


שבת אינדערפרי האבן מיר גערעדט פון די נוסח וואס מען זאגט: "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה וכו'", אזוי ווי די מצוה פון ברית מילה איז בלי דעת וחכמות - אזוי זאל די גאנצע לעבן פונעם קינד זיין בתמימות ובפשיטות אן קיין חכמות; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יב), צו טון די מצוות ה' מיט שמחה און מיט די כוונה צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


אויך האבן מיר גערעדט פון "כשם שנכנס לברית" מיט שמחה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת קל.), די מצוה פון ברית מילה איז א פרייליכע מצוה – "כן יכנס לתורה ולחופה" - מיט שמחה.


ביי שלש סעודות האבן מיר פארגעלערנט שיחות הר"ן (סימן רס), ווי דער רבי רעדט אז אפילו מען איז נישט זוכה צו קומען צו די קדושה - זאל מען ווייטער גליסטן, בענקען און וועלן קומען צו דעם, און דער רבי ברענגט א ראי' פון הלכה, עס שטייט (שלחן ערוך אורח חיים סימן סב, סעיף ד), אויב מען איז אין א פלאץ וואו מען טאר נישט ליינען קריאת שמע און עס קומט אן סוף זמן קריאת שמע - זאל מען טראכטן וכו', זאגט דער מגן אברהם (שם, סעיף קטן ב), נישט מען זאל טראכטן די ווערטער פון קריאת שמע, נאר טראכטן פון דעם אז א שאד מען קען נישט ליינען קריאת שמע, און עס זאל וויי טון דעם מענטש אז ער איז יעצט אין א פלאץ וואו מען טאר נישט ליינען קריאת שמע, וועט ער באקומען שכר פארן וועלן, זעט מען פון דעם אז אפילו מען טוט נישט די מצוה, מען קען נישט טון די מצוה, ווייל מען טאר נישט וכו', אויב דער מענטש וויל טון און עס טוט אים וויי דאס אז ער טוט נישט - באקומט מען שכר.


מיר האבן דאס צאמגעפלאכטן מיט די נסיון פון די עקידה, וואס דאס איז די איינציגסטע נסיון וואס אברהם אבינו האט למעשה נישט געטון, ער האט נאר געוואלט טון, און געווען גרייט צו טון; די אנדערע ניין נסיונות האט ער יא געטון, און מיר דערמאנען יעדן טאג נאר די נסיון פון די עקידה, וואס איז אין פאקט נאר געווען א רצון, ער האט געוואלט שחט'ן אבער למעשה נישט גע'שחט'ן; צו ווייזן און צו לערנען דעם מענטש דאס הייליגקייט און גרויסקייט פון האבן א רצון, פון וועלן, פון בענקען און גליסטן צו זיין גוט.


אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס שטארקט אונז און מוטיגט אונז מיר זאלן נישט אפלאזן דאס וועלן זיין גוט וכו'.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור פאר די פרויען, איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אהיים גיין העלפן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען הערן די שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.