מכתב יומי

כג חשון תשפ"ז

November 03 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז אסאך שלום בית פראבלעמען וואס איז דא ביי אינגעלייט – ברענגט מען זיך אליינס, מוהרא"ש טייטשט די משנה (אבות א, ה): "כָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה", ווער עס רעדט איבריגע רייד מיט זיין ווייב, "גּוֹרֵם רָעָה לְעַצְמוֹ", ברענגט ער זיך אליינס שלעכטס וכו', "וְסוֹפוֹ יוֹרֵשׁ גֵּיהִנֹּם", און ער קומט אן אין גיהנום; זאגט מוהרא"ש, נאך דא אויף די וועלט וועט ער ירש'ענען גיהנום; ווייל דורך רעדן איבריג, דורך רעדן אסאך - איז כמעט נישט מעגליך עס זאל נישט ארויסקומען א מחלוקת און ויכוחים וכו', און די לעבן ווערט ביטער.


מען רעדט נישט אז די ווייב קומט און וויל רעדן, די התעוררות קומט פון איר זייט; דעמאלט איז אנדערש, דעמאלט דארף מען רעדן, דעמאלט דארף מען איר מחי' זיין און איר מפייס זיין וכו', אבער נישט אז עס זאל קומען פון דיין זייט; דו פון דיין זייט זאלסט זיך באהעפטן צו די הייליגע תורה, לערן אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, און אז דיין ווייב קומט צו דיר, זי וויל מיט דיר שמועסן - זאלסטו איר נישט מדחה זיין און איר זאגן: "נישט יעצט, נישט יעצט"; דעמאלט וועלן די פראבלעמען אוועק גיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, זי וועט דיך האלטן טייער, אבער אז דו וועסט איר נאכלויפן ווי די הינער לויפן נאך (ברכות כב.) - וועט זי דיך אראפקוקן און זי וועט שאפן אויף דיר, און עס וועט ווערן וואס שטייט אין די משנה: "גּוֹרֵם רָעָה לְעַצְמוֹ, וּבוֹטֵל מִדִּבְרֵי תּוֹרָה, וְסוֹפוֹ יוֹרֵשׁ גֵּיהִנֹּם", ווי מוהרא"ש לערנט פשט - בזה העולם, אויף די וועלט.


על כן בעט איך דיר זאלסט טוישן דיין צוגאנג אין שטוב, דו זאלסט אויפהערן נאכלויפן וכו'; נעם די הייליגע תורה, אנטלויף צו די תורה, מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא, מדרשים, הלכה ואגדה וספרי רבינו; וועט דיין שלום בית אויפלעבן און אויפשיינען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.