מכתב יומי
כג טבת תשע"ח
January 10 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
רבי נתן איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן, און ער האט געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, האט ער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס דער רבי וויינט, האט אים דער רבי געענפערט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו', מען זאגט אויף מיר אז איך געהערט צו כת ... רחמנא לצלן", דער רבי האט זייער געוויינט און ר' נתן איז ארויס פון צימער. האט ר' נתן דערציילט: "איך האב נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, וואס זאל אנגיין פארן רבי'ן וואס יענער זאגט אויף אים? האט יענער געזאגט, איז וואס?!" אבער שפעטער ווען ר' נתן האט געהאט מחלוקת אויף זיך און מען האט אים נאר געוואלט הרג'ענען רחמנא לצלן, האט ער שוין פארשטאנען פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אנגעגאנגען פארן רבי'ן אז דער ... רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פארן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט קענען מקורב ווערן, ווייל דער זקן זאגט אויף אים אזא לשון הרע.
דאס קענען מיר היינט אויך זען, ווען עלטערן ווערן געוואויר אז זייער זון אדער איידעם דריידט זיך מיט דעם רבינ'ס מענטשן, ער האט שייכות מיטן הייליגן רבי'ן, ווערט ממש א הימל געשריי; די גאנצע משפחה דרייט זיך איבער, מען צעקריגט זיך איינער מיטן אנדערן, מען קומט נישט צו די אייגענע קינד'ס שמחות, אלעס נאר פארן בלויזן חטא אז ער דריידט זיך אין ברסלב...
דאס אלעס קומט פון די פילע לשון הרע'ס וואס מען לאזט ארויס אויף ברסלב, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף דעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אים קריג איך אויך. נאך האט דער רבי געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.
זייער אסאך עלטערן קריגן זיך מיט זייערע קינדער ווען זיי הערן אז זייער קינד איז געווארן א 'ברסלב'ער', בפרט אויב הערן זיי אז זייער קינד איז אנגעקומען אין 'היכל הקודש', דאן עסט מען זיך אויף לעבעדיגערהייט, ווייל זיי האבן געהערט אסאך לשון הרע אויף ברסלב בכלל און אויף היכל הקודש קודש הקדשים - בפרט.
אונזער ארבעט איז אראפ צו נעמען דעם שלעכטן נאמען וואס עס איז דא אויפן הייליגן רבי'ן און אויף תלמידי היכל הקודש; מיר דארפן טון אלעס וואס מיר קענען אז מען זאל ארויף קוקן א ברסלב'ער חסיד, מען זאל וויסן אז ברסלב'ער חסידים זענען די צדיקים פון אונזער דור, מיר דארפן פאלגן וואס דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", מיר דארפן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ אז אלע זאלן זען וואס דער רבי לערנט מיט זיינע תלמידים.
היינט נאכט קומט פאר אן "אסיפת הורים" פאר אלע מאמעס וואס האבן די קינדער אין אונזער מוסד - סיי די וואס האבן אינגלעך אין חדר, און סיי די וואס האבן מיידלעך אין סקול; איך בעט דיר זייער זאלסט בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום "אסיפת הורים". עס איז זייער וויכטיג אז די עלטערן זאלן ארבעטן צוזאמען מיט די מלמדים און טיטשערס; אז מען רעדט זיך דורך איינער מיטן אנדערן קומט ארויס דערפון א גרויסע תועלת, דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט שיקן דיין ווייב צום אסיפת הורים.
אויב עלטערן קומען נישט ווען מען רופט צוזאמען אזא אסיפה, ווייזט דאס אז עס אינטערעסירט זיי נישט און זיי קימערן זיך בכלל נישט וועגן די חינוך פון זייערע קינדער.
אויב דו האסט זאכן וואס עס שטערט דיר פון דיין קינד'ס מלמד אדער טיטשער, בעט איך דיר זייער דו זאלסט אויף הייבן א טעלעפאן און זיך דורך רעדן מיטן מנהל אדער מיט די מנהלת, נישט זאלסט גיין אונטערן רוקן און בארעדן דעם מלמד אדער טיטשער; דאס איז נישט דער וועג, דאס איז א סימן אז מען וויל נישט די תועלת פון די קינדער, נאר מען זוכט צו מהרס זיין, צו מאכן מחלוקת וכו'.
די שענסטע זאך איז, ווען מען רעדט זיך דורך איינער מיטן צווייטן; מיר זענען נישט קיין מלאכים, און מיר ווילן טון דאס בעסטע וואס מיר קענען, אבער אז מען דערציילט נישט וואס באדערט, קען מען נישט מתקן זיין וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.