מכתב יומי

כג טבת תשע"ט

December 31 2018

[צום סוף פונעם בריוו איז בייגעלייגט די בריוו פון ביינאכט]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע.


דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "אז דער רבי האט אונז געזאגט 'מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד' מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


אז דו וועסט זיין פרייליך וועט דיר דאס ברענגען הצלחה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח.


אנטלויף פון מענטשן וואס רעדן ניבול פה און פון מענטשן וואס רעדן ליצנות וכו' רחמנא לצלן; דאס איז נישט שמחה און דאס האט נישט קיין שייכות מיט שמחה, דאס ברענגט נאר צרות און יסורים. שמחה איז קדושה און ליצנות איז דער מקור פון די סטרא אחרא.


ווען א מענטש פריידט זיך מיטן אייבערשטן ווערן די קליפות און סטרא אחרא אויס; ווי מער פרייליך מען איז אלץ מער ווערן זיי בטל ומבוטל. דערפאר ציטערט דער ס"מ זייער שטארק מען זאל נישט זיי פרייליך ווייל ער האט מורא אז ער וועט ווערן פארברענט. דעריבער ברענגט ער אריין אינעם מענטש מחשבות אז מען טאר נישט זיין בשמחה, ער מאכט מען זאל דאגה'נען פאר עבירות, טראכטן מחשבות פון פאסטן און סיגופים, מיט דעם כאפט ער דעם מענטש. אויף דעם ארויף קומט דער רבי און איז אונז מגלה אז ווי נאר א מענטש איז פרייליך איז ער שוין גלייך ביים אייבערשטן.


קוק נישט אויף דעם נעכטיגן טאג און נישט אויפן מארגנדיגן טאג; גיי יעצט אין בית המדרש, טו אן טלית ותפילין און דאווען שחרית. נאכן דאווענען כאפ א טענצל: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז איך בין א איד"; שעם זיך נישט פון קיינעם מיט דעם וואס דו ביסט פרייליך, דאס וועט דיר געבן שטארקייט אלעס בייצוקומען.


מיטוואך נאכט וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור פאר די פרויען; לייג אוועק די נאכט צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט געבן דיין מעשר און דיין צדקה געלט פאר די ישיבה; דו ביסט דאך א תלמיד פון די ישיבה, געדענקסטו דאך אוודאי וואס די ישיבה האט דיר געטון (איך האף אזוי).


דער הייליגער רבי האט דערציילט (מעשה יג, מז' בעטלערס) די חכמים האבן זיך צוזאמגעזעצט און געזאגט: "יעדער זאל דערציילן אן אלטע מעשה"; ווען מען קומט זיך צוזאמען אנשי שלומינו וואלט אויך כדאי געווען אז יעדער זאל דערציילן אן אלטע מעשה, דאס הייסט יעדער זאל זיך דערמאנען וואס מיט אים איז געווען פאר ער האט געטראפן דעם רבי'ן; ווי אזוי מען האט געטראכט און ווי אזוי מען האט אויסגעזען. אזוי ווי דער רבי שרייבט אין א בריוו פאר אנשי שלומינו (הובא בתחילת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען"; דער רבי בעט אונז מיר זאלן נישט פארגעסן ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען ווען מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן.


דעריבער זאלסטו געבן דיין מעשר און צדקה פאר די פלאץ אז עס זאל ווייטער קענען אנגיין.


נעם אויף די צוויי חשוב'ע תלמידי הישבה האברך ... און האברך ... נרם יאיר, ווען זיי רופן דיר און בעטן פאר די רענט פון ישיבה; ווען דו געבסט זיי צדקה איז דאס כלול פון אלע צדקות און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו אלע ישועות.


די רענט פון ישיבה גייט ארויף יעדעס יאר, אזוי אויך איז די רענט פון סקול ארויף; דערפאר בעט איך דיר נעם זיי שיין אויף. זיי ווייזן מיר יעדע חודש מיט וויפיל אלע תלמידים זענען זיך משתתף און איך בין זייער מכיר טובה פאר אלע תלמידים וואס העלפן מיר אזוי געטריי. איך קום דיר נישט אן צו שרייבן יעדעס מאל ווען דו געבסט דיין נדבה א פערזענליכן יישר כח, אבער איך זע די ליסט יעדע חודש פון יעדן תלמיד פונקטליך מיט וויפיל ער איז זיך משתתף.


מארגן הייבט זיך אן א נייע חודש למספרם און א נייע יאר; די רענט גייט ארויף, אזוי אויך צאלן מיר טעקסעס אויפן בנין און דאס גייט ארויף יעדעס יאר, בעט איך דיר טייער ליבער הארציגער ... נרו יאיר, העלף מיר ארויס מיט וויפיל דו קענסט.


דו דארפסט נישט ווארטן ביז חצות צו זען ווי פרעזידענט טראפ ווארפט אריין דעם סופער באל וכו', עס וועט דיר גארנישט צו געבן צו דיין לעבן; דו וועסט דארפן מארגן ווייטער צאלן דיין רענט וכו' וכו', ענדערש גיי שלאפן זאלסט קענען מארגן אויפשטיין דאווענען שחרית.


א גוטע נאכט.