מכתב יומי
כג כסלו תשע"ח
December 11 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת מקץ, כ"ג כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
פאריגע וואך בין איך געווען אין ארץ ישראל, איך בין געפארן צו די לויה פון מיין באבע עליה השלום; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הפצה איז, וואו איך בין געגאנגען זענען צוגעקומען מענטשן זיך באדאנקען פאר די שיעורים, זיי זאגן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה אדאנק די שיעורים.
איך בין געפארן קיין בני ברק און קיין ירושלים צו מחזק זיין די וואס זענען עוסק אין מתרגם זיין די שיעורים אויף לשון הקודש, ווייל אונזער זאך איז נאר "הפצה", מיר דארפן אלע עוסק זיין אריין צו ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די גאנצע וועלט.
דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט ממש פאר זיין הסתלקות: "עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, טריף פסול איז זיך מתגבר אזוי פיל, עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול, נאר איך האף אז איין בלעטל פון הייליגן רבי'ן וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג"; אויב אין ר' נתנ'ס צייטן איז געווען אלפים ורבבות טריף פסול, וואס זאלן מיר זאגן אין אונזערע צייטן... נאר מיר דארפן געדענקען אז דער רבי מיט זיינע עצות איז שטערקער פון אלע נסיונות וכו'. אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים האט מען די ריכטיגע עצות געראטעוועט צו ווערן פון אלעם שלעכטס.
וויסן זאלסטו אז דער וואס איז עוסק אין הפצה קומט צום אייבערשטן מיט גאר אסאך זכותים, ווייל אז מען איז זוכה און מען ברענגט צוריק א איד צום אייבערשטן, דער איד הייבט אן לערנען און דאווענען, דער איד לעבט מיט תשובה, ער האט חרטה אויף זיינע מעשים וכו', די אלע זכותים גייען אויפן חשבון פון דער וואס האט אים צוריק געברענגט. און עס איז נישט דא קיין גרעסערע נחת רוח ביים אייבערשטן ווי אז איינער ברענגט צוריק מענטשן צו אים.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה איז א תיקון אויף פגם הברית; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טוהן צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי עוסק זיין אין הפצה.
א מפיץ דערציילט מיר, ער איז געווען אין א רעסטוראנט הפצה, און ער האט געגעבן א קונטרס "סדר דרך הלימוד" פאר איינעם, זאגט אים יענער מיט איבעראשונג: "לאמיר דיר דערציילן עפעס, פאר דרייסיג יאר צוריק האב איך געזען דעם קונטרס "סדר דרך הלימוד" אויף ענגליש און איך האב עס דורך געליינט, עס איז מיר זייער געפאלן ווייל איך האב נישט פארשטאנען קיין לערנען אין ישיבה וכו', און בזכות דעם קוטרס האב איך מסיים געווען ששה סדרי משנה", ער האט גענומען פון אים דעם קונטרס און אים געגעבן א שיינע סכום געלט פאר צדקה.
ווען איך האב געהערט די מעשה האב איך געזען וואס הייסט הפצה, ווי גרויס הפצה איז; ווען דו געבסט פאר א מענטש א קונטרס, האסטו בזכות דעם קונטרס אים מזכה געווען מיט לימוד התורה, בזכות דעם האסטו אים מחזק געווען ער זאל ווייטער גיין אין שול דאווענען און לערנען.
דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט אויך עוסק זיין אין הפצה; קוק אריין אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יא): "וְשֶׁמָּא תֹּאמַר אוֹתָן שִׁבְעִים אֶלֶף שֶׁנֶּהֶרְגוּ בְּגִבְעַת בְּנֵי בִּנְיָמִין מִפְּנֵי מַה נֶהֶרְגוּ? פארוואס איז געשען די ביטערע גזירה אז זיבעציג טויזנט אידן זענען געשטארבן ביי די מעשה פון 'פלגש בגבעה'? הָיָה לָהֶן לְסַנְהֶדְּרִין גְדוֹלָה שֶׁהִנִּיחַ משֶׁה וִיהוֹשֻׁעַ וּפִנְחָס בֶּן אֶלְעָזָר עִמָּהֶם שֶׁיִּקְשְׁרוּ חֲבָלִים שֶׁל בַּרְזֶל בְּמָתְנֵיהֶם וְיַגְבִּיהוּ בִּגְדֵיהֶם לְמַעְלָה מֵאַרְכֻּבּוֹתֵיהֶם וִיחַזְּרוּ בְּכָל עֲיָרוֹת יִשְׂרָאֵל, יוֹם אֶחָד בַּבַּיִת אֵל, יוֹם אֶחָד לְחֶבְרוֹן, יוֹם אֶחָד לִירוּשָׁלַיִם, וִילַמְּדוּ אֶת יִשְׂרָאֵל דֶרֶך אֶרֶץ בַּשָּׁנָה בִּשְׁתַּיִם בְּשָׁלֹשׁ, עַד שֶׁיִתְיַשְּׁבוּ בְּאַרְצָם כְּדֵי שֶׁיִּתְגַּדֵּל וְיִתְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ שֶׁל הַקָבָּ"ה בָּעוֹלָם כּוּלוּ שֶּׁבָּרָא מִסוֹף הָעוֹלָם וְעַד סוֹפוֹ, ווייל ווען די אידן זענען אריין אין ארץ ישראל וואלטן די סנהדרין געדארפט גיין 'הפצה' יעדן טאג צו א צווייטע שטאט - איין טאג צו ירושלים, איין טאג צו חברון, בית קל, און לערנען מיט אידישע קינדער תורה. און זיי וואלטן זיך געדארפט מאכן גוטע שיך אז מען זאל האבן כח צו גיין.
הֵן לֹא עָשׂוּ כֵּן. אֶלָא כְּשֶׁנִּכְנְסוּ לְאַרְצָם, כָּל אֶחָד וְאֶחָד נִכְנַס לְכַרְמוֹ וּלְיֵינָם, אָמַר שָׁלוֹם עָלַיִך נַפְשִׁי - כְּדֵי שֶׁלֹא לְהַרְבּוֹת אֶת הַטוֹרַח, אבער זיי האבן נישט אזוי געטון נאר יעדער האט זיך באשעפטיגט מיט זיינע ענינים, און געזאגט שלום עלי נפשי; דערפאר איז געקומען די ביטערע גזירה".
דערפאר ליגט א חוב אויף אונז ארויס צו גיין אין די גאסן און פארשפרייטן פאר יעדן איינעם אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
איך בעט דיר אז דו זאלסט אויך גיין יעדן טאג אביסל הפצה, וועסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.