מכתב יומי

כד כסלו תשע"ט

December 02 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


היינט נאכט צינדן מיר שוין אן דעם ערשטן ליכטל פון די הייליגע מנורה.


חנוכה איז א צייט וואס מען קען זיך צוריק קערן צום אייבערשטן דורכדעם וואס מען הייבט אן צו זען אז די גאנצע טבע איז דער אייבערשטער און אלעס וואס פאסירט איז נאר פונעם אייבערשטן; דער אייבערשטער האט געמאכט אז אויל וואס איז נאר געווען גענוג צו ברענען איין טאג האט געברענט פאר אכט טעג (שבת כא:), אונז צו ווייזן אז עס איז נישט דא קיין 'טבע', מקרה', 'מזל'; נאר אלעס איז דער אייבערשטער, און די גאנצע מציאות אז אויל ברענט איז אויך א נס (תענית כה.; שיחות מוהרא"ש חלק ד', ערך טבע).


זיי צייטליך אין שטוב אז דיינע קינדער זאלן זיין אנוועזנד ווען דו צינדסט די חנוכה ליכט; חנוכה איז א צייט פון חינוך הבנים והבנות, קינדער ווארטן און געדענקען דורכאויס זייער גאנצע לעבן די מינוטן וואס זיי האבן פארברענגט ביי די חנוכה ליכט.


ווען דו צינדסט די הייליגע מנורה זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר און אויף די נסים וואס ער טוט ווייטער מיט דיר; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער טוט דער אייבערשטער ניסים מיטן מענטש.


איך גיי יעצט אריבער א שווערע צייט אינעם מוסד, מיר דארפן באצאלן די איינגעשטעלטע און מיר האבן נישט פון וואו צו נעמען געלט; בעט איך דיר טייערער ... באצאל שכר לימוד. האב רחמנות אויף מיר און זע אז מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די מוסד; מיר האבן טייערע מלמדים און איבערגעגעבענע טיטשערס, אז זיי ווערן נישט באצאלט אין צייט ווי אזוי קענען זיי האבן סבלנות און די ריכטיגע צוגאנג צו די קינדער בשעת זיי האבן נישט אראפ צו לייגן ברויט אויפן טיש? ווען אלע עלטערן וואלטן געצאלט שכר לימוד וואלטן מיר געקענט באצאלן א גרעסערע געהאלט פאר די טייערע מלמדים אן די איבערגעגעבענע טיטשערס, מיר וואלטן זיי געקענט באצאלן אין צייט.


דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער ... נרו יאיר, זע צו העלפן מיט וואס דו קענסט אז מיר זאלן ארויס גיין פון אונזערע חובות און קענען צאלן פאר די מלמדים און טיטשערס. ווען מען רופט דיר פון אפיס זאלסטו זיך וויסנדיג מאכן; הייב אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט דיר און ענטפער די טעקסט מעסידזש ווען מען בעט דיר שכר לימוד. נעם נישט די מוסד פאר די לעצטע זאך אויף דיין ליסט, דאס איז דאך די וויכטיגסטע זאך; מיר דארפן קוקן אויפן מוסד ווי דאס איז 'אונזער לעבן'.


מיר פירן זיך אנצוטון די בגדי שבת ווען מיר צינדן אן די מנורה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א פרייליכן חנוכה.